פארוואס איז ער אויף זיין זייט?
איך בין זייער ווייניג אין פאליטיק אבער דא דארט דארףמען דאך וויסן וואס טוט זיך, האב איך א קליינע פראגע וואס מוטשעט מיר שוין זייער לאנג, איך קען נישט האבן קיין רואיגע שלאף ביינאכט. אזוי צו זאגן.
וואס קען דעם יאגעלע'ן אזוי שטערן אז עס מאכט אים שלאפלאזע נעכט? הערט.
עס איז באקאנט די צדדים אין די מחלוקת לשם שמים (וואס האט אנגעמאכט די גרעסטע חילול ה' אבער איז עס דאך ממש א ענין פון פיקוח נפש ווואס איז דוחה כל המצות און מתיר אלע עבירות*) מען ווייסט ווער עס האלט מיט וועם. און אלעס האט א סיבה פארוואס דער הלאט מיט דעם און דער מיט דעם.
איך וועל גיין סטרעיט צו די פוינט.
הרה"צ הקוה"ט ציס"ע מופת הדור והדרו איש אלקים עמודא דנהורא בוצינא קדישא מדברתנא דעמי' עמוד צלותהון דישראל פטיש החזק מנורה הטהורה אספקלריא המאירה מורינו רבי ליפא שליט"א בן זיין הייליגן טאטע וואס איז יעצט נארוואס אוועק און אונז איבערלאזט ווי א צאן בלי רועה א שיף אן א פאסטוך וכו' וכו' ער קאווערט זייער זיין ברודער ר' זלמן לייב נ"י איז אינטערעסאנ ט וואס טוט ער עס? וואס האט ער קעגן זיין עלטערער ברודער ר, אהרן נ"י?
ממילא אז ער מיינט זיך און ער וויל זין רעביסטעווע, פארשטיי מיר אבער דא מיינט ער דאך נאר כבוד שמים, נו?
 |
|
|