צוואה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, דורך הגה"צ אב"ד סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א
[לתועלת הענין ווערן צוזאמגעשמאלצן ביידע אשכולות].
סימןטוב:
די "הייליגע צוואה" פון דעם רבן של ישראל, דער חכם עדיף מנביא, כבוד קדושת אדונינו מורינו ורבינו מחמד עינינו, הגאון הקדוש בעל ברך משה זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, וואס ער האט איבערגעגעבן פאר ידיד נפשו עוז, האי חסיד, האי צדיק, האי עניו, הגאון הצדיק המפורסם בן של צדיקים וקדושים רבי ישראל חיים הורוויץ שליט"א אבדק"ק סאטמאר-מאנטשעסטער.
---------------------
"מורי ורבותי, איך קען ענק נישט זאגן ווי שווער עס איז, ס'איז ממש אָן א כוחות די קומענדיגע ווערטער. ס'איז דא א פּסוק "נפשי יצאה בדברו", ס'איז נישט קיין מליצה און ס'איז נישט קיין גוזמא, נאר ס'איז א זאך וואס איז נישט בידי, איך בין א שליח קודש פון אונזער רבי'ן זכרונו לברכה. א שליח קודש פון קרוב צו צען יאר, עטס קענטס ענק נישט פארשטעלן וואס כוחות דאס האט געקאסט וואס מ'קען נישט ארויסזאגן, דער רבי האט אנגעזאגט אז מען זאל עס נישט ארויסזאגן ביז לאחר אריכת ימיו ושנותיו. איך וועל זייער אכטונג געבן צו זאגן די זאך ווי מילדער ס'קען זיין. הלואי וואָלט עס נישט אויסגעפעלט צו זאגן. איך מוז אויך זאגן, אפשר איז עס נישט אויסגעהאלטן אזוי צו זאגן, הלואי וואלט איך נישט געווען דער שליח, אבער ס'איז א זאך וואס איך בין נישט בכח געווען אפצוזאגן. איך גיי ענק איבערגעבן ווערטער וואס דער רבי זכרונו לברכה האט מיר געבעטן איבערצוגעבן.
איך שטיי דא אין א מקום קדוש, מ'לעבט דאך היינט אין א עולם השקר, מוז מען ליידער מאכן די הקדמה, איך בעט אז יעדער איינער זאל פארשטיין אז אונז זעמיר נישט קיין אידן וואס מען טרויעט זיך קעגן רבי'ן ז"ל - דהתם קאימנא - און אין אזא מקום קדוש, אזא קודש קדשים, צו זאגן א גוזמא פון אן אויסדרוק, נאר ווארט ביי ווארט אזויווי דער רבי ז"ל האט געזאגט. נאר איך וועל עס פרובירן צו זאגן ווי מילדער, דאס הייסט תנא ושייר, פרובירן אפאר ווערטער אויסצולאזן, ס'זאל נישט זיין אזוי שארף ווי דער רבי האט מיר אליינס געזאגט.
איך בין געווען אין שטוב לאדענען צו די חתונה פון איינע פון מיינע קינדער, ביים ארויסגיין האט דער רבי געזאגט "קום אריבער שטילערהייט". כ'האב געמיינט אפשר וויל זיך דער רבי זיך משתתף זיין מיט די הוצאות החתונה, ווייל ביים פריערדיגן קינד איז טאקע אזוי געווען. אפשר האט ער נישט געוואלט יעצט בפני [כל הקהל], ס'איז געווען א ציבור וואס איז מיטגעקומען, מיין טאטע זאל זיין געזונט, מיין שווער, מיין מחותן דער ספינקער רבי זאל זיין געזונט, און זיין שווער, ס'איז געווען א גאנצע... האב איך אזוי געטראכט, אפשר וויל עס דער רבי בדרך כבוד. איך בין אפאר טאג שפעטער ארויפגעקומען צום רבי'ן.
- - - - - - - -
האט דער רבי געזאגט אזוי:
"טו א קוק".
ס'איז געווען א חתם סופר אויפ'ן טיש, א דרשות חתם סופר - - - האט דער רבי געזאגט, "טו א קוק", ער האט אויפגעהויבן דעם חתם סופר און ער האט עס מיר געהייסן האלטן. דאס רופט זיך א נקיטת חפץ. האט דער רבי געזאגט אזוי "הייב עס אויף, השמר והזהר ביז אחר אריכת ימים ושני, נישט פאר מיינע, נישט פאר דיינע דערציילן."
איך האב מיר אויפגעשריבן, איך זאג דעם אמת דאס איז מיין כתב, דער רבי האט נישט געשריבן, איך האב נאר אויפגעשריבן, איך וויל עס געדענקען, איך וועל אויסלאזן אפאר ווערטער אזויווי איך האב פריער געזאגט, ווייל איך קען נישט זאגן אזוי שארף, אבער וואס איך זאג איז יעדעס ווארט, יעדעס אות לשון קדשו, איך בין מקיים חייב אדם לומר בלשון רבו. [דא בעט אים איינער פון די ראשי הקהלה ער זאל נישט אויסלאזן, נישט אויסלאזן? וועמיר זען, מען דארף האבן כח צו זאגן יעדעס ווארט].
- - - - - - -
"איך בין ארומגערינגעלט", איך לאז דערווייל אויס אפאר ווערטער, "איך קאן עס נישט באגרייפן וואס ווילן זיי פון מיין רבי אהרן, זיי וואלטן אים איינגעשלונגען, זיי ווילן נישט ער זאל זיין, און איך וויל נאר אזוי." האב איך געפרעגט דעם רבי'ן וועם מיינט דער רבי, להוי ידוע דאס איז שוין אסאך יארן צוריק, און איך האב נישט געוואוסט וואס דער רבי מיינט, האט דער רבי געענטפערט "אלע, אלע!"
דער רבי איז געווארן זייער היסטעריש, ער איז געווארן זייער רויט, איך האב געפילט אז עס גייט עפעס נישט, האב איך מיר מורה היתר געווען און כ'האב געפרעגט, איך מעג אפשר מפסיק זיין דעם רבי'ן? האב איך געזאגט פאר'ן רבי'ן, ס'איז געווען תש"ל, מיין זיידע איז געוווען דאהי אין אמעריקע, איז רבי אהרן ארויפגעקומען אין שטוב נעמען שלום. ווען ער איז אהיימגעגאנגען פרעג איך מיין זיידן "וואס זאגט דער זיידע צום סיגעטער רב'ס זון?", האט מיין זיידע געענטפערט, "וואס איך זאג? דער עצי חיים מאכט א רקידה אין הימל! (נאכאמאל) וואס איך זאג? דער עצי חיים מאכט א רקידה אין הימל!". איך האב ב"ה זוכה געווען, איך האב מיך געקויפט עולם הבא דעמאלט מיט'ן רבי'ן, וויאזוי דער רבי האט, די אויגן האבן אים געגלאנצט. אברך את ה' אשר יעצנו.
אבער דער רבי איז געווען שוואך, זייער שווער עס צו זאגן - - - און דער רבי האט זיך גענומען יעצט פון מיין זיידן, אזויווי איך האב גערעדט פון מיין זיידן האט דער רבי גענומען דערציילן א מעשה וואס איז געווען שטארק מרגלא בפומי' צו דערציילן, ווען מ'איז פריי געווארן פון מיליטער, געזאגט די מעשה פון אנהויב ביז צום סוף, און דער רבי געזעגנט מיך, דער אויבערשטער זאל העלפן מען זאל זיין געזונט, און און ס'ענדיגט זיך. נאכאמאל ס'איז שווער צו זאגן, מ'איז דאך געווען שוואך, האב איך געפילט ס'איז דאך נישט קיין יושר, דער רבי האט מיך דאך גערופן און ער הייבט דאך אן עפעס צו זאגן דברים כדרבונות, וועל איך דערמאנען דעם רבי'ן, האב איך דערמאנט דעם רבי'ן "דער רבי האט דאך עפעס געוואלט זאגן וועגן רבי אהרן", האט דער רבי ווייטער אנגעהויבן, יעצט שרייב איך מיך ווייטער. "איך ווייס נישט וואס זיי ווילן פון אים, ער איז דאך פון קינדווייז אן אזוי אפגעהיטן. וואס ווילן זיי פון אים? וויל איך דיר זאגן:" דער רבי האט מיר געזאגט אויף איינעם, איך האב א ספק צי ס'איז לפי כבודו, איינעם פון די קרובים פון רבי'ן ז"ל וואס איז אויף דער עלטער געווארן שוואך און האט פארגעסן, האט מיר דער רבי געזאגט, "ער האט אויך אנגעהויבן צו פארגעסן, איך האב מורא אז איך פארגעס, איך מורא איך וועל אליינס זאגן אנדערש ווי איך זאג."
איך מוז איבערזאגן די ווערטער, "איך האב מורא איך פארגעס, איך האב מורא איך וועל זאגן אליינס אנדערש ווי איך זאג."
"איך האב עס געזאגט פאר רבי נפתלי'ן אויך", איך האב נישט געכאפט פונקטליך דעמאלט וועמען דער רבי מיינט, איך האב נישט געכאפט דעמאלט אז ר' הירצקא, הר"ר הירצקא צוויבל פלעגט דער רבי רופן ר' נפתלי. איך האב נישט געוואלט איבערפרעגן וועמען דער רבי מיינט, אבער ס'איז מיר שוין אויסגעקומען במשך הזמן. "איך האב עס געזאגט פאר אים אויך, איר זאלט ביידע געדענקען צו זאגן, על פי שני עדים יקום דבר, ועמדו שני האנשים." א וואך שפעטער בין איך אהיימגעפארן אויף ארץ ישראל, איך האב דאך נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלן וויסן, האב איך געמוזט מאכן א יוצא מן הכלל, איך בין זיך געגאנגען געזעגענען, איך האב געזאגט עפעס א תירוץ פאר מיינע קינדער, איך בין מיך געגאנגען געזעגענען אליינס, ווייל איך האב נאך געוואלט עפעס איבערפרעגן, אז דאס וואס דער רבי האט געזאגט וועגן רבי נפתלי, האט מיך דער רבי נישט געלאזט אויסרעדן, "מען וועט ענק גלייבן!" שוין, האב איך נישט געקענט ממשיך זיין. עד כאן דבריו הקדושים. איך בין ממש אָן א כוחות אז איך האב דאס געדארפט זאגן, ס'איז נפשי יצאה בדברו, און איך האב נישט קיין שום היתר, איך בין נישט געגאנגען פרעגן קיין שאלה, איך האב געהאפט ס'וועט קיינמאל קומען דערצו אזויווי יעדער האט געהאפט אז די ענינים וועט נישט זיין, ס'וועט זיין להלכה ולא למעשה, אבער אז ס'האט אזוי פאסירט. - - - -
------------------
מיין זיידע ז"ל אין דעם בריוו וואס ער שרייבט אויף די התמנות פון רבי'ן ז"ל דער ברך משה, שרייבט אויך די ווערטער "אמרנו בצלנו נחי' בגוים אבל כעת בעוה"ר שלא זכינו לזה, איז דא א צורך להעמיד במקומו איש על העדה. דא, דאס להעמיד במקומו איש על העדה דארף מען נישט זאגן, און ווער דער איש על העדה דארף מען אויך נישט זאגן, און ווער דער איש איז דארף מען אויך נישט זאגן, ס'איז גארנישט לפי כבודו הגדול אז אונז זאל מיר זאגן שבחים. נאר דאס האב איך געפילט מוז איך איבערזאגן.
דער באשעפער זאל העלפן מען זאל מיך היטן מכל עקתין בישין, פון בעלי בחירה, דער אויבערשטער זאל אונז אלע העלפן מיר זאלן זיך שטענדיג צוזאמקומען טאקע במחיצתו פון רבי'ן זאל זיין געזונט, און דער רבי זאל נעמען אויף זיך מתפלל צו זיין, אזויווי ר' בערל דער ראש הקהל האט פריער דערמאנט, אם קטן אתה בעיניך ראש שבטי ישראל אתה, דער רבי זאל נעמען אויף זיך דעם ענין פון מתפלל צו זיין פאר אידישע קינדער.
אלע הרבצת התורה און אלע דרשות ווייסט מען דאך, דער רבי זאל וויסן אז ס'ליגט אויף אים אז ווען א איד איז צעבראכן און ער גיסט זיך אויס דאס הארץ און ער איז מאמין אז די תפילות פון אן ערליכן איד איז עושה רושם, זאל דער רבי נעמען אויף זיך, ער זאל מתפלל זיין פאר אונז. מיר זאלן שוין אלע האבן די זכי' צו זען צוריק דעם רבי'ן כשיעמוד לתחי'.
איך וועל זאגן א זאך וואס פאסט אין אזא געלעגנהייט צו זאגן, מיין זיידע ז"ל האט געזאגט אז דער רבי ז"ל דער דברי יואל האט אמאל געזאגט אין ארשיווע, שאל מאן דבעי, אלע צדיקים האבן דאך געזאגט וואס בעט מען, יעדער כדרכו בקודש, האט מיין זיידע געזאגט אז דער רבי ז"ל האט אמאל אין ארשיווע געזאגט, אז דער אויבערשטער איז מיט אונז בעט מען ער זאל בלייבן מיט אונז, דער רבי איז דאך יעצט מיט אונז, דהתם קאימנא, בעט מען אז דער רבי ז"ל זאל בלייבן מיט אונז. ער זאל בלייבן מיט אונז און אונזערע קינדער, ווי לאנג דער רצון ה' איז מ'זאל בלייבן אין גלות זאל מען זיך קענען האלטן פעסט. זאלמיר זוכה זיין אלע אינאיינעם קעגן צו גיין דעם גואל צדיק ומלכינו בראשינו בב"א.
תוקן על ידי - כל_העולם - 02/05/2006 22:55:41
 |
|
|