| נשלח ב-5/5/2006 21:27 |
|
| |
ביטע נישט אפקויפן zalidown מיסאינפארמאציע
איינער פון די זאלי ליגעל טיעם האט זיך געעפנט א נייעם ניק מיט'ן נאמען zalidown, און ער פארקויפט דערמיט שקרים אין סאטמאר'ס נאמען, כאילו מיר האבן געסקארט עפעס א מעכטיגן זיג אין קאורט.
וויל איך דא בעטן יעדן איינעם בשום אופן נישט צו ווערן נתפעל פון זיינע ווערטער.
סאטמאר האט נישט געהאט קיין שום זיג אין קאורט די וואך. יענער זוכט צו פארקויפן מיסאינפארמאציע. די זאכן וואס ער פארציילט איז נישט אמת און ער איז אוודאי נישט קיין אהרוני.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 21:36 |
|
| |
פרישע זאלי ספין
מבני_בניו די זאליס ספינען שוין ווייטער. זעט אויס זיי ווייסן אז זיי האבן די אפעלעט אין טאש, אז זיי האבן זיך גענומען מאכן מעשיות אויף היידפארק וועגן זשאזשעס, יעדן טאג א נייע מעשה כאילו סאטמאר זאגט אז זיי האבן שוין געווינען. ווער אזוי גוט ווי זיי ווייסט אז סאטמאר דארף נאך אבאנטש רחמי שמים אנצוקומען ערגעץ. קוקט אויס אז זיי רישן זיך צו געווינען, און זיי ווילן קענען זאגן אז סאטמאר האט געזאגט אז זיי גייען געווינען. יענקעלע11 איך האב אויך געהערט אז ס'איז צרות אין אפעלעט קארט, מען דארף גרויס רחמי שמים, די אפעלעט דזשאדזשעס האבן שוין געפאסט זייער באשלוס, בעיסט אויף פראטעקציע, דאס הייסט אז דער פסק איז שוין דא, און זיי ארבעטן נאר אויס דעם טעם פארוואס זיי פסקענען אזוי, און ס'איז נישט גינסטיג פאר אונז, לאמיר האפן אז ס'איז נאר א רומער, און לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים, אבער רבותי, מען דארף ערליך מתפלל זיין, סימןטוב דזשאָסט פאר די רעקארד: איינע פון די זאלי "ליגעל טיעם" האט זיך לעצטנס א נאמען-געגעבן דא אויף היידפארק "זאלידאון" און שרייבט ווי אן ארוני, וויל איך בלויז אויפמערקזאם מאכן אז ער איז א פּאָלנער זאַלי. געשמאק איך האב אויך אזוי געהערט. מען דארף גרויס רחמי שמים.
די זאליס האבן די קאנעקשאנס.
דער מצב איז נישט גוט.
דער אורטייל גייט לכאורה זיין קעגן אונז. yosefelye רבותי, זייטס נישט געפאלן, האטס אביסעלע בטחון, רבות מחשבות בלב איש ועצת ה' הוא תקום, בכלל לויט מיין אינפארמאציע האבן אונזערע ראשי הקהלה פארטיגע פלענער אין פאל מיר פארלירן, אמת עס וועט זיין זייער שווער, אבער נישט אזוי שווער ווי רבינו הקדוש דער בעל דברי יואל זי"ע האט זיך געמוטשעט, ער האט פשוט מצרף געווען פרוטה לפרוטה און בזיעת אפו געבויט די מוסדות הקדושים, יעצט איז אזוי, אויב גייען מיר בעזר השם געווינען, איז דאך גיט, און אויב חלילה וחלילה וועט מעשה שטן מצליח זיין און זייער גנבה וועט געלונגען, בלייבן מיר נאך אלץ מיט רבינו הקדוש שליט"א, וואס איך וואלט קיינמאל נישט געטוישט מיט זייער ביק אפילו זיי געבן אונז אלע בנינים...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 22:03 |
|
| |
יענקעלע די ביזט טאקע א פארשטענדליכער מיט א שכל הישר אין קארט פראסידזערס אבער יעצט במחילת כבודך ביסטי נישט גיט אינפארמירט והא ראיה אז די סיגעטער פאפירען האבען געברויכט ווערען אריינגעגעבען היינט אין וויאזוי איז מעגליך אז זיי האבען שוין א באשלוס איך זאג נישט אז זיי האבען נישט פראבירט אנציקימען מיט זייערע לאנגע פינגערס אבער איך גלייב אז יושר וועט זיגען אין נישט די רודפי שלמונים אין זייערע PR פירמעס
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 22:12 |
|
| |
איך האלט אזוי 1) די ניק זאלידון איז א זאלי וואס זיי ציל איז אז נעקסטע וואך גייט ער מיט זיין זאלי ניק דערקלערן זיג אז די ארוינים האבן אזוי געזאגט און ס'איז נישט געלינגן, 2) ווען די קארט האלט איך קיינער ווייסט נאך נישט וואס זיי וועלן פאסקענען,
אבער דאס ווייסט מען יא אז זיי האבן קענעקשנס דארט,
יעדע סאטמארע חסיד ווערט געבעטן צו זאגן יעדן טאג תהילים פון יעצט ביז ס'וועט זיין א פסק,
אז די בנינים זאלן אוועק גענומען ווערן פון די אנשי בלי יעל... ווי רבינו זי"ע האט זיי א נאמען געגעבן,
און אז די קארט זאל זיין די רכטיגע שליח פון הימל עס איבער צו געבן און די הענט פון די געטרייע ראש הקהל ר' בערל שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 22:22 |
|
| |
13 אמת אז מיין אינפארמאציע איז בלויז מקוה נייעס און נישט פון קיין עמטלעכע קוועלער, און טיף טיף אין הארץ האלט איך אויך אז די דזשאדזשעס וועלן פסקענען נאר יושרדיג קלאר לויטן געזעץ, וואס דאן האבן מיר לכל הדעות א זייער גיטן טשענס צו געווינען, און בעזר השם וועט טאקען אזוי פאסירן, אבער ביים לעצטן סטעי, וואס לויט אלע באווייזן און דעות פון די מומחים האט קלאר אויסגעזען אז זיי וועלן דאס נישט באקומען, און עם כל זה האבן זיי דאס באוויזן צו באקומען, (כאטשיג לויט איין זייער קראנטער מומחה, איז דאס גאר א סימן לטובתינו וד"ל) , אבער דאך, דאס האט געוויזן אז ליידער האבן זיי א גרויסן כח אין די ברוקלין קארטס, ואם בארזים נפלה שלהבת, און זייערע דיינים וואס וואלטן געדארפט זיין ערליך, האבן זיך ליידער פארקויפט די נשמה פאר אפאר גראצער און פרנסות פאר זיי און זייער משפחות, און זיי פאפן זיך אריין אין די תורה, נו וואס זאלן מיר זאגן אויף די שופטים בערכאות, וואס זיי האבן נישט קיין תורה, אבער לאמיר האפן אז וואס איך געשריבן איז טאקע נאר א רומער, און וואס דו שרייבסט אז האפענטלעך וועלן די שופטים באהאנדלען דעם קעיס מיט יושר, וועט טאקע מקויים ווערן, וואס דאן ווען זיין "צהלו ורוני יושבת סאטמאר" און די מלכות הרשעה פונעם סיגוטער וועט אינטערגיין ווי א זייפן בלאז, ווי עס שטייט "וכל הרשעה כולה כעשן תכלה" במהרה בימינו אמן.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 05/05/2006 22:27:10
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 22:51 |
|
| |
יענקעלע ווער זענען די אזויגערופענע "ארזים"...... איך גלייב ענדערש אז די ריכטער האבן מער מורא פון די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם ווי די אזויגערופענע ארזים האבן מורא פון השי"ת
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2006 01:15 |
|
| |
אזוי ווי דער זאלידאן פארקויפט שוין ווייטער פאלטשע נייעס און נאמען פון סאטמאר ברענג איך ארויף די אשכול מ'דארף נאך אסאך תהילים זאגן אז סאטמאר זאל געווינען
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2006 01:48 |
|
| |
ביטע נישט מאכען קיין אשכולות רעדען אויף פריוואטע ניקס.
איך קען נישט דער זאלידאון אבער איך גלייב אז ס'דא גענוג וואס צו רעדען זאכליך אן צו רעדען פון פריוואטע מענטשען.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2006 02:37 |
|
| |
די אשכול איז געעפנט געווארן מיט'ן רשות פון בא_ללמד, און מקוה איד האט אויך געגעבן זיין צושטימונג אויב קוקסטו צוריק אפאר תגובות, און ס'איז שוין אויף דעם פארום פאר א שיינע פאר חדשים. דער אשכול איז נישט געעפנט געווארן קעגן א פריוואטן מענטש. ס'איז געעפנט געווארן כדי צו אויפמערקזאם מאכן מענטשן איבער א וויכטיגן ענין. תוקן על ידי - ווארהייט - 24/06/2006 2:40:51
תוקן על ידי - כל_העולם - 25/06/2006 10:09:53
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 18:26 |
|
| |
פארוואס עפעס האט יענער ניק געשריבן די נייעס אויף ענגליש?
vote in, 3-1 aroinim won
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 18:30 |
|
| |
אז איר וועט גוט קוקען וועט איר זען אז ער האט אלץ אזוי געשריבן... עס איז א אויסגערעכענטע זאך... דוכט זיך מיר אז דאס פלעגט זיין דרייניץ'ס סטייל.. אגב, ווי איז ער נעלם געווארן? ווייסט איינער..??
תוקן על ידי - חיים_נחום - 26/06/2006 18:31:10
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 18:34 |
|
| |
אויף קול סאטמאר זאגט מען אויך בשם קהל אז סאיז א פאלשע רומאר פון די סיגעטער. 212-990-7303
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 15:57 |
|
| |
דער ניק zalidown איז א אויסגערעכנטע ניק אויף ענגליש, אז פרעמדע זאלן פארשטיין.
בקיצור, דאס שטינקט פון די טרויעריגע בארימטע זאלי מאפיאנערישע שטיקעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 16:31 |
|
| |
קלאר א שטיקל, דא זענען די באווייזן:
1. א ניק וואס שרייבט קיינמאל, נאר אזעלעכע פרעדיקשנס.
2. די נייעס איז געשריבן אויף ענגליש.
3. זיין ניק איז אויף ענגליש, קעגן רז"ל.
4. פארוואס עקשנ'ט ער זיך אזוי אויב מ'פרובירט איהם צו אפווענדן? וואס גייט איהם אזוי בנפשו אז מ'זאל איהם גלייבן אויב עס וועט סיי ווי לשיטתו זיין אזוי.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 21:15 |
|
| |
Don't get fooled this time
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|