דעם פארגאנגענעם פרייטיג האט הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א אריבערגערופן די גבאים פון ביהמ"ד, און געזאגט אז ער פארשטייט זיי אז זיי ווילן נישט צוברעכן די קליינע קהילה, און וועגן דעם נעמען זיי נישט קיין אפענע שטעלונג, אבער וויבאלד ער האט פערזענליך געהערט פון רבין זי"ע רצון קדשו, קען ער נישט בלייבן רב אין א קהילה וואס איז נישט מקיים דעם רצון פון איר מייסד. נעכטן ביי ש"ס האט דער רב געמאלדן ברבים אז ער זאגט זיך אפ פון די רבנות, און ביז עטליכע וואכן ציט ער זיך אוועק פון מאנטשעסטער, ער האט געזאגט אז מען זאל זיך נישט בעטן ביין אים, ווייל ער מוז איינהאלטן די צוואה פון רביה"ק. משמועסט אז ער ווערט סאטמארער רב אין לאנדאן, אויפן פלאץ פון ר' חיים וואזנער, וואס סהייסט אז ער מופט אויף בני ברק.
נשלח ב-7/5/2006 21:25
he is going to isreal very soon
נשלח ב-7/5/2006 21:36
דוד עקשטיין האט ביים גענעראל פארזאמלונג און ק"י געזאגט אז ער האט געהערט פון זיין מחותן רחובער רב פון ארץ ישראל וואס האט געוואוינט און איין הויז מיטן רבין זאל זיין געזונט .... און בני ברק.... דריי אזייגער פארטאגס...
ווער איז דע רחובער רב? אפשר איז עס די זעלבע מענטש?
נשלח ב-7/5/2006 22:16
דער מציאות אין מאנטשעסטער איז ווי פאלגנד.
הגה"צ דער רב שליט"א דארף מען נישט זאגן.
פון די ראשי הקהילה איז ר' שלום ברוך ראטבארד פייער פאר סאטמאר, און ר' בעריש ווייס איז אויך
נוטה צו סאטמאר (רביה"ק זי"ע האט אים געזאגט מיט יארן צוריקבענוות קדשו אז ער האלט זיך נאר
פאר א בריק צווישן רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע און כ"ק רבינו שליט"א), נאר וויבאלד זיין זון
איז פון די גרויסע זאלי שוויצערס האט ער דערווייל נישט גענומען קיין צד.
בעריש קרויס, דער מנהל המוסדות איז א זאלי, כאטש ער האט שוין געזען ווינטער תש"ס ביי די מלוה
מלכה וויפיל מ'באקומט פון די זאליס...
דער רב האט נאך די ש"ס תורה געזאגט אז וויבאלד מ'איז נישט מקיים צוואתו הקדושה פון רביה"ק
זי"ע הכ"מ מוז ער זיך אפזאגן פון די רבנות, ער האט עטליכע פארשלאגן און ער ווייסט נאכנישט
וואו ער וועט גיין, אבער ביז פיר פינף וואכן איז ער מער נישט דארט. ער האט אויך געבעטן אז
מ'זאל אים מער נישט מוטשען, אזוי האט ער אפגעמאכט און ביי דעם וויל ער זיך האלטן.
פארן בענטשן האט זיך אויפגעשטעלט דער גבאי, ר' מיכל פרידמאן, און ער האט געזאגט אז במקום שיש
חילול ה' אין חולקין כבוד לרב, און עס וועט זיין א חילול ה' אויב דער רב וועט איבערלאזן
מאנטשעסטער, און 99 % פונעם ציבור איז איינשטימיג מיטן רצון פונעם רב שליט"א, דערפאר האט ער
געמאלדן אז מ'וועט צוזאמנעמען חתימות און לויט דעם באשטימען דעם ריכטונג פון די קהילה.
דערווייל איז נאכנישט געקומען קיין ווייטערדיגע אינפארמאציע.
די ירושלימ'ער קהלה האפט זייער שטארק אז דער רב שליט"א וועט איבערלאזן מאנטשעסטער און קומען איבערנעמען דעם כסא הרבנות ביי זיי אין ירושלים, וואס דאס וועט זיין א שטארקע באמבע פאר זיי, און שטארק אויפהייבן דעם כבוד פון די קהלה.
אבער דערווייל ארבעט די קהלה אין מאנטשעסטער זייער שווער צו איבערצייגן דעם רב שליט"א ער זאל נישט איבערלאזן די קהלה.
זיי האבן שוין צענדליגער אונטערשריפטן פונעם ציבור אז מען איז מקבל מרות פונעם רבי'ן שליט"א, און מען בעט דעם רב שליט"א אז ער זאל נישט איבערלאזן מאנטשעסטער.
נשלח ב-7/5/2006 22:39
וויפיל מענטשען וואוינען דארט?
און וואס טוט זיך מיט מאנטריאל?
און וומס הער איך איז געווען א מחלוקה ביי די זלונים וואס צו טון טאמער מען פארלירט די קארט טייל האבן פארגעשלאגן מען זאל זיך רופן סיגוט אבער ר' זלמן וויל דוקא סאטמער ער וויל נישט נאך געבן און קהל ויאול משה דסאטמער האבן ווייטער אלע זיינע גבאים און ראשי הקלה ניטש געוואלט ווייל זיי האלטן אז מען וועט קענען אויסטייטשן ויאול משה מיינט די בעל דברי יואל און דער בעל ברך משה און זיי האלטן אז מען טאר זיי נישט פארגלייכן ווי נישט ווי האבן זיי אים פיינט געהאט אלע יארן דעריבער ווילן זיי נישט קהל ויואל משה צום סוף האט יעדער מסכים געווען אזוי "למען השלום אויב מען פארלירט חס ושלום און מען וועט זיך נישט טארן רופן קהל יטב לב דסאטמער וועט מען מאכן א נייע קהלה און סוועט הייסן אזוי "קהל חרדים בני יואל דסאטמאר"