בית פורומים כל העולם כולו

ביי א שטורמישע אסיפה: 'חוק סאטמר' !!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/5/2006 17:30 לינק ישיר 
ביי א שטורמישע אסיפה: 'חוק סאטמר' !!!

ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו !

אין ליכט פון דעם אורטייל פון בג"ץ אז די סעמינארן מוזן טוישן זייער איינפירונג בנוגע ספרדים
און אשכנזים אין די סעמינארן, וואס ווערט געזען ווי אן אומדערהערטער אריינמישונג פונעם בג"ץ
אין די פריוואטע לערנונג סיסטעמען פונעם חינוך עצמאי, איז פארגעקומען א שטורמישע אסיפה אין
שטוב פון הרב אלישיב, וואו עס איז אויפגעברענגט געווארן די מעגליכקייט אז די חרדישע מוסדות
אין ארץ ישראל זאלן זיך גענצליך אפזאגן פון שטיצע פון די מדינה, ווי זיי רופן עס 'חוק סאטמאר' !!!

כאטש עס איז נאך זיכער א לאנגע וועג פון צושטאנד קומען, און דערווייל איז עס נישט מער ווי
ליפן שטייער. די חברי כנסת מיט די 'עסקנים' וועלן זיכער ארבעטן מיט אלע כוחות פון צושטערן דעם
פלאן. אבער דאס אליין אז מ'וואגט זיך עס ארויפצוברענגען אויף די ליפן איז פאר זיך א
היסטארישער דורכברוך, און קען מעגליך האבן ווייטגרייכנדע השפעות.

איך האלט אז יעצט איז די צייט וואס דאס יהדות החרדית אין אמעריקע זאל אויסשטרעקן א האנט פאר
אחינו שבגולה בארץ ישראל, אז מיר זענען גרייט זיי צו שטיצן עד הסוף אין די ביטער שווערע
אונטערנעמונג !

תוקן על ידי - בא_ללמד - 09/05/2006 17:34:30



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2006 17:32 לינק ישיר 

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/item.asp?id=1493&cat_id=1 'חוק סאטמר' לסמינרים בעקבות הבג"צ נגד האפליה בסמינרים, שוקלים בבית הגרי"ש אלישיב לנתק כל קשר עם המדינה בבית הגרי"ש אלישיב שליט"א סערו היום הרוחות. זאת, כאשר נידון שם נושא פסיקת בג"צ נגד האפליה בסמינרים. בפסיקת בית המשפט נאמר, כי האפליה בין בנות אשכנזיות לספרדיות פסולה על-פי חוק, והוא הורה לבטל את ההסדר של 30% בנות ספרדיות בכל כיתה. בית המשפט גם הורה לרשויות המוניצפלית בירושלים להדק את הפיקוח על הסמינרים כדי למנוע תופעו מעין אלו. היום התקיים דיון סוער בביתו של הגרי"ש אלישיב כיצד לנהוג בעקבות הפיסקה. שלמה קוק, מנאמני ביתו של הגרי"ש, אומר כי הגרי"ש אלישיב התבטא בנחרצות נגד פסיקת בג"צ. לדבריו, יתכן ובסופו של דבר, התנהלות הסמינרים בירושלים תהייה על פי 'חוק סאטמר' - ניתוק מוחלט מרשויות החינוך הממשלתיות ואי-קבלת תקציבים ממשלתיים. לשם-כך, יתכן ותקום מערכת נפרדת לגמרי לניהול הסמינרים, שתכלול ביקורת פנימית בלבד. לפני כשבועיים, הורה הגרי"ש אלישיב להפסיק לחלוטין את הרישום לסמינרים בירושלים עד להודעה חדשה. ב'בחדרי חרדים' דווח, כי הגורם להוראה זה היה גם כתוצאה מפיסקת בג"צ בנושא האפליה בסמינרים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2006 21:52 לינק ישיר 

ס'מיינט נאר אז צו זייערע רשעות האבען זיי צוגעלייגט צביעות אויך. איך גלייב נישט אז ס'וועט צושטאנד קומען. כך דרכן של רשעים, אומרים הרבה ועושין מעט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-9/5/2006 22:12 לינק ישיר 


ויואל משה אמת ותורתו אמת!!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2006 22:15 לינק ישיר 

בא ללמד

אן דעם וואס איך זאל איצט אריין גיין און דעם ויכוח צו נעמען געלט צו נישט....


לידעתך:
תלמוד תורה וישיבה והקעמפ תורה ויראה דסאטמאר [כמו כל מוסדות התורה] לייגט ארויס א שיינע צעטעל אין עס זאל אין איך האב דאס אליין געזען. נאך מער זיי מוזען עס דרוקען אין א צייטונג מיט פיצעלע אותיות ביי די קלאסיפייד אדס
we do not discriminate against people based on national origin, sexual orientation color or creed.

דער אייציגע סיבה פארוואס עס איז נישט דא קיין שווארצע אדער פאטריקאנער אין דעם HEAD START פראגראם למשל אין סאטמארע מוסדות  איז ווייל קיינער פון זיי איז נישט אינטערסירט אז זיין קינד זאל ליינען אין שרייבען אידיש.

טאקע דערפאר וואס די ישיבה 'נעמט געלט'
COLEGE PROGRAM
LUNCH PROGRAM
וכו' וכו' מוז מען צוזאגען אז סיי ווער קען אריינגעבען זיינע קינדער אין ישיבה "בתנאי" אז דער "תלמיד" אין נאר דער "תלמיד" וועט זיך האלטן צו די תקנות פון די ישיבה, תקנות קען מען האבען ווייל סאיז דא פרייהייט צו האבען א רעליגיע, אבער ווער עס שטעלט זיך צו מוז מען אריינעמען זיין "קינד" און דעסקימינאציע.

און דערפאר האבען די בני יואל געווינען אין קוארט ווייל זיי האבען איבערגעצייגט פארן שופט אז די קינדער האט מען געווארפען פאר די חטאים פון די "עלטערען" און דאס איז דיסקרימינאצע.

סוף דבר.
דא אין אמעריקע איז נאך שטרעגער דאס געזעץ אין יבא יומו איין שיינע טאג וועט זיך אן ריקען א גוי מיט א קינד צו א היימישע מוסד און דאס געריכט וועט דא זאגען דאס זעלביגע ווי אין דעם מדינת ישראל קאורט לגבי די ספרדים.

מצידי האב איך הנאה מאד מאד פון דעם מצב וואס טוט זיך אין ארץ ישראל.
איך בין זיכער איז דער הייליגער באשעפער האט ליעב א ספרדישע מיידל פונקט ווי אן אשכנזישער מיידל דער גאנצער סיסטעם פון מוסדות וואס קלויבען זיך קינדער פון "בעסערע משפחות" איז CORRUPT א דורך אין דורך..

היינט אין ארץ ישראל איז פארהאנן מוסדות וואס נעמען נישט אריין קינדער פון טאטעס וואס זענען יראים ושלמים זייער איינציגער חטא איז אז זיי "ארבעטען" יא, די כולל יושבי בענקליך ווילען נישט אז זייער טאכטער זאל לערנען מיט איינעם וואס רחמנא ליצלן "ארבייט" פאר פרנסה אפילו אויב ער איז שוין 55 יאר אלט מיט 13 קינדער.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2006 22:23 לינק ישיר 

לויט ווי איך האב פארשטאנען, איז נישט די סיבה פארן אויפברויז די זאך אויף וואס מען איז דן, נאר דער עצם פאקט אז דער בג"ץ מישט זיך אריין אין אינערליכע אנגעלעגנהייטן פון די מוסדות החינוך. מיר פערזענליך גייט גאנץ ווייניג אן אויב עס איז דא דארט 30% ספרדים אדער 30% אשכנזים, מיין משפחה זענען במילא נאר אזעלכע וואס לייגן נישט אין די סעמינארן בכלל. מיר איז אבער יא שטארק ניחא צו הערן אז ענדליך הייבן זיי זיך אן צו עפענען די אויגן, און נאכן כאפן אזעלכע מערדערישע קלעפ ווי נחל חרדי און תוכנית הליבה, הייבן זיי (נישט נאר די פאר ערליכע וואס שרייען עס שוין לאנג, איך מיין טאקע די וואס האבן ביז יעצט נישט געוואלט הערן דערפון) שוין אן צו קלערן פון מאכן א צוריקטריט. איך האלט אויך אז למעשה וועט עס נישט פאסירן, פשוט פאר דעם ווייל עס וועט זיי נישט פאסן מודה צו זיין אז זיי האבן יארן לאנג געלעבט אין א טעות און אז סאטמארער רב איז גערעכט, אבער אז מ'קען שוין רעדן דערפון ברבים האלט מען שוין ערגעץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2006 22:33 לינק ישיר 

יוחי

דער רבי זצ"ל סיי דער בעל ויואל משה און סיי דער בעל ברך משה ביי די סקול דיסטריקט פרשה
האבן שוין געזאגט אז צוצוגלייכן די אמעריקאנע סקול פראגרעמס מיט די נעמען געלט פון די מדינה הטמאה איז די גרעסטע ציונות וואס קען זיין

אז די ווילסט עס הערן קענסטו זיך פארשאפן די טעיפ פון די גענעראל פארזאמלונג און ק"י תשנ"ד א נאכט פאר די באקאנטע YES\NO  סקול דיסטריקט וואלן


בא ללמד
עס איז טאקע א פרייד צו זען אז זיי הייבן שוין אן אנצוזען דעם אמת אבער עס ברענגט א גרעסערע ווייטאג
אז עס קומט פון די אלישיב און נישט היימישע לאגער
בושה תכסה פנינו אז זיי די נישט היימישע לאגער הייבן שוין אן איינצוזען
און וויזניץ, בעלז, גער ועוד.. פון זיי הערט מען נישט קיין ווארט אפילו נאך די אלע נייע גזירות און זיי בוקן זיך נאך אלץ צו דעם בעל הציוני בעווה"ר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2006 23:43 לינק ישיר 

יוחי האסט צוויי טעותים. די ערשטע טעות איז אין מציאות. א רעליגיעזע שולע מעג אויפפאדערען אז אלע קינדער זאלען געהערען צו די רעליגיע. נאך מער, לענין דעם איז סאטמאר אנארקענט כמעט פאר אן אייגענע רעליגיע, נישט יעדער איד קען אריין. די איינציגע פלאץ וואו ס'קען מאכען פראבלעמען איז העדסטארט. די צווייטע טעות איז אז א גוי איז נישט חשוד צו מאכען זאכען להכעיס. משא"כ רשעי ישראל וואס זייערע איינציגע ציל איז אויסרייסען תורה מיט אידישקייט. פאר מיינעטוועגען איז גוט אזוי. אם לבעל לכו אחריו. זאל גער און בעלז גיין די וועג פון די מזרחי



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-10/5/2006 07:49 לינק ישיר 




וואס א חילוק
איך נאר ענטפערן פאר דעם חלק וואס די שרייבסט
>>האסט צוויי טעותים. די ערשטע טעות איז אין מציאות. א רעליגיעזע שולע מעג אויפפאדערען אז אלע
קינדער זאלען געהערען צו די רעליגיע. נאך מער, לענין דעם איז סאטמאר אנארקענט כמעט פאר אן
אייגענע רעליגיע, נישט יעדער איד קען אריין. די איינציגע פלאץ וואו ס'קען מאכען פראבלעמען איז
העדסטארט. <<


די זאגסט זייער גוט מ'קען פאדערען אז די 'קינדער' זאלן איינהאלטן וואס דער רעליגיע פאדערט. אבער מ'קען נישט פאדערען פון די 'עלטערען' גארנישט. איך האב דא געשריבען פון דעם פאל פון בני יואל אין מאנראו יארן צוריק און דער ריכטער האט געצווינגען די תלמוד תורה צוריק נעמען די קינדער וואס מ'האט ארויס געווארפען ווייל ער איז געוועהן איבערגעצייגט אז דאס איז דיסקרימינאציע.

פארצייל מיר נישט אז דער שופט אנערקענט סאטמאר פאר א רעליגיע און וויבאלט די בני יואל האלטען זיך צו דער שיטה הקדושה האלט דאס געזעץ אז זיי זאל מען נישט ארויסווארפן. דאס איז דאך ממש א ליצנות. ניין ווייל זיי האבען געקענט אויספירן אין "באווייזען" אז דאס זייער ארויסווארפען איז פשוט'ער דיסקרימינאציע.

סתם א גוי וועט דאס נישט טוהן. צו וואס פעלט אים דאס אויס. און א משפט קאסט ממון ודמים.

יבא היום א בחור וועט מען ארויס שטעלן פאר חטאות נערים פון א ישיבה און ער וועט קלאגען בערכאות אויף דיסרקימינאציע... עס קען זיין... ה' ישמרינו ....
דאס ווארט איז אז סאטמאר ישיבה חתמ'ט יעדעס יאר אז זייער מוסד דיסקרימינירט נישט!

לאמיך דיר דערציילען א קורצע מעשה וואס האט פאסירט ווען רעיגען איז געוועהן פרעזידענט
א קריסטליכע קאלעדש וואס הייסט BOB JONES UNIVERSITY
האט מחליט געוועהן אז זיי נעמען נישט קיין פעני פון UNCLE SAM
און זיי האבען געהאט א חלק פון זייער גלויבען אז א וווייסער טאר נישט חתונה האבען מיט א שווארצער
וועלעכער תלמיד אדער תלמידה מ'כאפט אז זיי האבען אפילו נאר א "בישאו" ווארפט מען ארויס דהיינו ביידע קענען לערנען אין גלויבען אין אלעם וואס מ'דארף, אבער אויב נאר זיי גייען אפילו אויף א DATE נישט בזמן הלימודים איז "אחת דתו"

אבער דער IRS האט זיי אוועק גענומען זייער רעכט צו זיין TAX EXEMPT ווער עס געט זיי א נדבה פאר זיי קען עס אפילו נישט אראפ רעכענען פון די שטייער. דאס איז געגאנגען ביז דעם SUPREME COURT אין גאנץ אמעריקע איז געגאנגען אויף רעדער , ווייל פרעזידענט רעיגען האט געהאלטען אז זיי האבען פרייהייט פון רעליגיע

און דער סופרים קאורט האט גע'פסק'ענט אז דער IRS איז גערכעט
איך ברענג דא א חלק וואס מקען זען אין דער לינק
http://en.wikipedia.org/wiki/Bob_Jones_University#News_stories

וואסא וועק זיך אויף פון דיינע חלומות

Racial

From its founding in 1927 until 1971, BJU refused to enroll black students, although it admitted Asians and other minorities. From 1971 to 1975, BJU admitted only married blacks, although the IRS had already determined in 1970 that "private schools with racially discriminatory admissions policies" were not entitled to federal tax exemption. Late in 1971, BJU filed suit to prevent the IRS from taking its tax exemption, but in 1974, in Bob Jones University v. Simon, the U.S. Supreme Court ruled that the University did not have standing to sue until the IRS actually assessed taxes. Four months later, on May 29, 1975, the University Board of Trustees authorized a change in policy to admit "students of any race," a move which occurred shortly before the announcement of the Supreme Court decision in Runyon v. McCrary (427 U.S. 160 [1976]), which prohibited racial exclusion in private schools. [Turner, Standing Without Apology, 226-27]

While the university did not admit unmarried blacks until 1975, interracial dating had been prohibited since the 1950s. The interracial dating policy apparently originated in a complaint by parents of a male Asian student who believed that their son had "nearly married" a white girl.[8] In May 1975, BJU adopted more detailed rules prohibiting interracial dating and marriage--threatening expulsion for any student who dated or married interracially, who advocated interracial marriage, who was "affiliated with any group or organization which holds as one of its goals or advocates interracial marriage," or "who espouse, promote, or encourage others to violate the University's dating rules and regulations." Bob Jones University v. United States (461 U.S. 574, 581 ]

On January 19, 1976, the Internal Revenue Service notified the University that its tax exemption had been revoked retroactively to December 1, 1970. The school appealed the IRS decision all the way to the U.S. Supreme Court, arguing that the University met all other criteria for tax-exempt status and that the school's racial discrimination was based on sincerely held religious beliefs. In December 1978, the federal district court ruled in the University's favor; two years later, that decision was overturned by the Fourth Circuit Court of Appeals.

On January 8, 1982, just before the case was to be heard by the U.S. Supreme Court, President Ronald Reagan authorized his Treasury and Justice Departments to ask that the BJU case be dropped and that the previous court decisions be vacated. Political pressure quickly brought the Reagan administration to reverse itself and to ask the Court to reinstate the case. Then, in a virtually unprecedented move, the Court appointed its own prosecutor, William T. Coleman, to argue the government's position. The case was heard on October 12, 1982, and on May 24, 1983, the U.S. Supreme Court ruled against Bob Jones University. See Bob Jones University v. United States (461 U.S. 574). The University refused to reverse its interracial dating policy and (with difficulty) paid a million dollars in back taxes. Also, in the year following the Court decision, contributions to the University declined by 13 percent.


 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ביי א שטורמישע אסיפה: 'חוק סאטמר' !!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext