| נשלח ב-10/5/2006 03:08 |
|
| |
הרה"ג רא"ל שטיינמאן שליט"א לארה"ב
הרה"ג רא"ל שטיינמאן שליט"א לארה"ב די ראש ישבה קומט אן נעקסטע וואך בה"ב ווי ער וועט זיין און קאנדא, לאס אנדשלעס, און שב"ק במדבר און מאנסי, פרטים יבאו הכונו לקבל פנים פני הגדול הדור
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 04:30 |
|
| |
Israel - Rabbis Get Female-Free Flight
Israel - Two leading rabbis concluded an agreement with El Al, and bought all first class tickets, and asked the airliner to only post male stewards on the flight so they do not have to see women on their way to America, also to have it movie-free. The two rabbis are the Gerrer Rebbe and Rabbi Aharon Leib Steinman, 93, who will fly to visit American Jewish communities. The rabbis asked that the flight from Israel adhere to the strictest standards of modesty. Their aides agreed with El Al officials that they will not have to see women during flight.
They bought all first class tickets on the flight to make sure no businesswomen are on board. It was also decided that no films will be screened during the flight. Moreover, the backs of first class seats will be covered with plastic so that the rabbis won't even have to see the television screens.
Responding to the report, El Al said: "We do not report on our costumers out of respect for their privacy."
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 06:16 |
|
| |
כמיין אז דאס איז געלייגט געווארן דא אויפן נישט ריכטיגען פורום קיינעם אינטערסירט דא נישט וועגן דעם מסייע לכופרים שטיינמאן אדער גור
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 06:25 |
|
| |
איך מיין אז ס'יא געלייגט אויף די ריכטיגע פארום. סאטמאר דארף עם אנגרייטען אזא ברוך הבא ווי
ער האט געהאט דא לעצטע מאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 06:30 |
|
| |
לא זו הדרך! נישט דאס האט אונז אונזער רבי בעל ויואל משה זי"ע געלערענט אז מען שרייט נאך רעבנים אויף די גאסן,
זאלן די שווארצע מיט די בעק'ניקעס קער נעמען....
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 06:38 |
|
| |
וואסא.
דאס איז נישט א נטורי קרתא פארום, דאס איז א סאטמארע פארום... יחי ההבדל הקטן [?].
און דו מעיזשאר ביזט אויך נישט גערעכט, מ'שרייבט נישט דעם נאמען פון א תלמיד חכם אן קיין הרב,
דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט אפילו אויף קוק ימ"ש אויך געשריבן הרב.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 08:24 |
|
| |
געגאנגען
פאריגעס מאל זיינען רוב מוחים געווען פון סאטמאר.
פון וואו נעמסט דו אזא שטות אז דער רבי האט געשריבען אויף קוק ימ"ש רב?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2006 11:55 |
|
| |
היינט אינדערפרי, איז ארויס בשעה טובה ומוצלת כ"ק הגה"ק רבן של ישראל הגראי"ל שטיינמאן שליט"א צוזאמען מיט כ"ק אדמו"ר מגער שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א מיט'ן גערער רבי שליט"א, איז געפארן קיין לאס אנג'לעס דורך לאנדאן. אין וועט וויילן אין לאס אנג'לעס ביז דינסטיג מיטאג. דאן די געהובענע שיירה וועט וייטער פארן קיין מאנטריאל און טאראנטא.
די בלויזע מטרה פון די נסיעה איז לרומם קרן התורה והיראה והחינוך הטהור, מעורר צו זיין אידישע קינדער לאזן אוועק אלע מפריעים, און מחנך זיין די קינדער על טהרת הקודש אהן לימודי חול. פון דא אין וייטער לאז אפ דער גערער רבי שליט"א די געהויבענע נסיעה.
דער ראש ישיבה וועט אנקומען דאנערשטיג נאכט צו די קאנווענטשען פון תורה ומסורה, משמיע זיין מדברות קדשו פאר פולע מחנכים פון איבער גאנץ ניו יארק.
פרייטיג אינדערפרי, וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארן אויף א קורצען בליצידיגע באזוך אין די גרויסע היכל התורה אין לייקוואוד, און משמיע זיין מדברותיו לאלפי בני התורה. אין שבת קודש וועט ער זיין אין מאנסי ביי אכסניא בבית הנגיד הרב שמעון גליק.
זונטיג וועט דער ראש ישיבה ארויס פליען נאך מעקסיקא, וואו וועט פארקומען א ריזיגע מעמד חיזוק פאר פולע טויזענטע אידן אויפן זעלבע ציל פון די אויבעדערמאנדיגער מטרה. דינסטיג און מיטוואך וועט מען ווייטער פארן מחזק זיין די אידישע קהילות אין בראזיל און אין ארגענטינא.
דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעזר השם צוריק קומען קיין ארץ ישראל ליל שישי פרשת במדבר.
יהי צאתו ובואו לברכה להרמת קרן התורה והיראה הטהורה.
דאס יהדות החרדית קוקט ארויס מיט גרויס הערצה, אויף די טירחה דגופא ומסירות נפש פונעם רועה נאמן, וואס טראץ זיין טיפן אלט (העכער ניינציג בליעה"ר לאויש"ט), לאזט זיך אוועק מרבה זיין כבוד שמים, און מוסר נפש אויפן חינוך הטהור שלא תשתכח תורה מישראל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2006 18:49 |
|
| |
SIM
פארוואס ווילסטו זיין דער גורם פאר בזיונות און דערציילן די פאקטן פון ר' שטיינמאן? מתוך שבחו וכו'.
דו ווייסט דאך אז דא איז סאטמאר, גיי שרייב רבן של ישראל ביי די ישראלים, רבן של ישראלים, לאז אונז געמאך. מיר קענען אל"ף בי"ת אהן דעם רבן און אהן דעם מרן און מיר וועלן ווייטער קענען בעז"ה. קריגן קענען זיי זיך אהן אונז, און מיר אויך אהן זיי.
אויב הערסטו נישט אויף, וועל איך דא ארויפלייגן דעם גאנצן קונטרס "רעים שחתו כרמי" און דעם אנדערן קונטרס וועמענס נאמען איך געדענק נישט אויף דער רגע, וועלכע זענען ארויס צו זיין קבלת פנים פריערדיגעס מאל. נאכדעם וועלן מיר זעהן צי ער איז רבן של ישראל אדער RABBI OF ISRAEL.
דרך צלחה
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2006 19:33 |
|
| |
קענסט ריכטיג בלייבן אזוי וואו דיין נאמען איז.
וועט דיך גארנישט העלפן, הגה"ק רבי אהרון לייב שליט"א איז קדוש ונערץ בפי כל ישראל. ער האט געראטעוועט עולם ישיבות, אין צוליב אים קענמען היינט ריכטיג לערנן אן צו מורא האבן פון קיינעם.
ער פייפט אלע קנאים אהן, ס'גייט איהם גארנישט וואס מ'זאגט אויף איהם. ער מאכט אלעס בלויז בלתי לה' לבדו. ער איז די איינציגער אין אונזער דור וואס איז מוסר נפש כפשוטו, שלא תשתכח תורה מישראל. ער לאזט זיך אוועק אלס אויף איין ציל,, מ'זאל נישט שיקן קינדער צו ערטער וואו מ'לערנט לימודי חול, ער ארבעט אויף איין זאך, זאל אלע ישיבות און חדרים און מיידל שולע, זאלן קענען מגדל זיין ערליכע דורות בלא תערובת זרה (אין זיין ישיבה פריוואט נמט מען נישט געלט פון די מדינה). מ'רעד פון א איד וואס שלאפט נישט אין א מעת לעת מער פון 2- 3 שעה, וואס זאגט צענדליגע שיעורים אין א טאג, פון 4 אזייגער פארטאגס פארן נץ דאווענען, ביז 12 אזייגער ביינאכט. ס'רעדזיך פון א איד וואס פירט רוב עולם התורה, וואס זאגט שיעורים כסדרן אין עטליכע ישיבות און כוללים, און שטייט און שפיץ פונעם גרעסטן און חשובסטע כולל, כולל פאניוועז' וואו ער זאגט א שיעור כללי יעדן מיטוואך אינדערפרי פאר 700 אינגעלייט פון די גרעסטע תלמידי חכמים און דור. ער זאגט יעדן וואך צויי שיעורים כלליים און צוויי גרויסע ישיבות אין בני ברק "גאון יעקב" וואס ער האט געגרינדעט פאר 30 יאהר. אין "ארחות תורה" וואס ער האט מייסד געווען פאר 9 יאהר, און פארמאגט העע 300 בחורים.
א איד וואס איז ריכטיג לא ננ מהעולם הזה אפילו באצבע קטנה. ער פלעגט פאסטן יעדן מאנטיג און דאנערשטיג. און זיין גאנצע מאכל איז בלויז ברעקלעך ברויט איינגעטונקט אין מילעך. און אביסל ערד עפיל אהן זאלץ... ער זיצט אויף א בענקל אהן האלטער (משענת).
די אלע בלבולים פון "נחל חרדי" איז עלילת דם. און מיט "חוק טל האט ער געראטעוועט עולם התורה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2006 20:14 |
|
| |
sim די שרייבסט
ער לאזט זיך אוועק אלס אויף איין ציל,, מ'זאל נישט שיקן קינדער צו ערטער וואו מ'לערנט לימודי חול, ער ארבעט אויף איין זאך, זאל אלע ישיבות און חדרים און מיידל שולע, זאלן קענען מגדל זיין ערליכע דורות בלא תערובת זרה ........
י בלויזע מטרה פון די נסיעה איז לרומם קרן התורה והיראה והחינוך הטהור, מעורר צו זיין אידישע קינדער לאזן אוועק אלע מפריעים, און מחנך זיין די קינדער על טהרת הקודש אהן לימודי חול. פון דא אין וייטער לאז אפ דער גערער רבי שליט"א די געהויבענע נסיעה.......................
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר
איז ער נישט פין די גרעסטע גורמים אז מען זאל איינפירען תבנית הליבה אין די חרדישע תלמידי תורה???? תבנית הליבה איז דאך לימודי חול??!! נישט אזוי??
דאן, וואס וויל ער פין אנדערע??? פארוואס עימו בבית מעג מען לערנען לימודי חול, אין ערגעץ אנדערש נישט?????
זאלן זיי זיך קודם אויסשליסען פין טריפנה געלטער פין די מדינה, אז אז מען זאל ביי זיי נישט מיזען לערנען לימודי חול דערנאך זאל ער קימען איינטיילען דא אין חוץ לארץ וואס מען ברויך צי טיען!!!!!!!!!
איך פארשטיי אינגאנצען נישט זייער נסיעה, אתמהה גיב ביטע א בעסערע הסבר אויף די נסיעה, ווייל לימודי חול איז נישט די סיבה בשעת ווען ביי זיי אין חדר האט מען פורץ גדר דעווען די גדרים צלויב אפאר דאלער
אין אייןוועגס זיי שוין מסביר זייער היתר אויף תכנית הליבה
תוקן על ידי - moshe06 - 14/05/2006 20:23:53
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2006 22:00 |
|
| |
כ'האב נישט קיין צייט פאר קיין אריכות'ער
נאר איין קורצע מעשה'לע
איינער פון די סטאלינער רבי'ס (די ידענים דא וועלן מיר העלפן געדענקען ווער דאס איז געווען) האט אמאל געזאגט פאר זיינע מקורבים:
ס'איז דא א איד אין ווארשע, ער זיצט א גאנצן טאג אין טלית און תפילין, אבער ער וועט פון גיהנם קיינמאל נישט ארויסגיין, ווייל ער איז א ציוניסט.
(הרה"ח ר' יו"ט שמחה עהרליך ע"ה, רננו צדיקים ערגעץ)
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2006 22:05 |
|
| |
און צו לעצט, א ווארט וואס הגאון ר' אברהם יושע סאלאווייטשיק שליט"א האט געזאגט ביי דעם ערשטן "מסע חיזוק" פון די צוויי שותפים (אין זה לשונו ממש, כ'דארף נאכזוכן דעם לשון גענוי ואין הקונטרס לפני עכשיו):
וואס פאהרט ער מחזק זיין תורה אין אמעריקע? זאל ער פריער אויפהערן אויסרייסן תורה אין ארץ ישראל.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 00:54 |
|
| |
סאיז כמעט נישט דא נאך א מענטש וואס איז אזוי ארויף געקוקט ווי רב שטיינמאן שליט"א, (ער איז נישט די בעלזער און נישט דער גערער,)
חוץ פון די אפאר מושגאים פון נתורי קרתא, איז ער איבראל רעספעקטעט, אפילו אין סאטמער!
(וועגן ער האט אנדרע שיטות מיינט עס נאך גארנישט, קוק ביים ר ' יואליש מסאטמער זצ"ל אפילו רוב וועלט האלט נישט פון זיין שיטה נאך אלס איז ער רעספעקטעט,)
יהא באו לברכה להרמת קרן התורה
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1917141- pictures
תוקן על ידי - natrul - 15/05/2006 1:13:00
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 01:25 |
|
| |
NATRUL
וואס האקסט דו אין קאפ אריין? אייסערונגען אזוי ווי "יעדער" קוקט ארויף צו עהם זאלסט דו לאזען
פאר די יאטעד אזג. מיר זיינען שוין נישט קיין קליינע קינדער און מיר קויפען עס נישט. דער
קליינע ראש ישיבה איז אויסגעלאכט ביי די ליטווישע, ווער רעדט נאך פון אין סאטמאר. ער קען נישט
לערנען און ר' שמואל בירנבוים האט עם גוט אריינגעפליקט די לעצטע מאל וואס ער איז דא געווען.
זיין מחוזק מאכען (אנטשולדיגט, מחזק זיין) פון לייקוואוד (ער איז געקומען מיט וועכטער און
הונט!) האט שטארק נישט געלונגען ביי די יונגערלייט. ווער ס'געקומען איז נאר געווען אלץ
נייגעריגקייט.
אין בארא פארק און אין מאנסי האט מען עהם באשריגען.
די יאטעד האט עהם פארקויפט מיט א קאקא קאלא PR קאמפיין, און די נאוואמיסקער! האט עהם באקרוינט
פאר גדול הדור פון אלע בני תורה. פאר שנאר איז עהם דאס געלונגען, איז ער א געלונגענער שנארער,
בנוסף צו זיין אנדערע מעלות ואין כאן המקום לפורטם כי רבים הם.
זאל ער גיין בעסער מחזק זיין פראנקרייך.
איך האב מיך נאך נישט אנגעהויבען מיט זיין רשעות און זיין צביעות, אדער פון זיין שטוב
מענטשען, אבער איך וועל עס לאזען פאר אן אנדערס מאל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 01:50 |
|
| |
ער מעג קענען כל התורה כולה
א שותף לכופרים איז ער
און סופו לגיהנום
יא!
אים וועט מען פראקן פארן אריינשלעפן טויזענטער צום מלכות המינות והרשעה
עהרליכע אידן זענען נישט נתפעל פון זיין תורה בבחינת טובל ושרץ בידו
ער פארשוועכט די תורה צוזאמען מיט זיין שותף רב אלישיב
וואס זייערע מענטשן זיצן בשלוחתם אין כנסת המינים והאפיקורסם
תוקן על ידי - כל_העולם - 17/05/2006 22:46:47
|
|
|
|
|