בית פורומים כל העולם כולו

מעכטיגע שבת ראשונה אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/5/2006 04:36 לינק ישיר 
מעכטיגע שבת ראשונה אין קרית יואל

די ערשטע שבת אין קרית יואל בצ"ק פון רבי'ן שליט"א איז אדורעך מיט גרויס דערהויבענקייט און התלהבות דקדושה
מער דיטאלן וועלן נאכפאלגן



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2006 04:45 לינק ישיר 

טויזענטער ביי ערשטע שבת און ק"י מיט מרן רבינו שליט"א

ס'ליגט נאך און די ביינער די שבת ס'איז געווען אזוי דערהויבן, אז ס'איז נישט מעגליך צו באשרייבן איך וועל נאר שרייבן בקיצר,

פרייטאג צו נאכט איז געווען און ביהמ"ד א גיטע פאר טויזענט מענטשן ס'איז געווען געפאקט, ביי גיט שבת זאגן בין איך אוועק געגאנגן א האלבע שעה נאכן דאווען ס'איז נאך דעמאלטס געווען א ריזיגע ליין גיט שבת זאגן איך האלט ס'האט זיכער גענומען נאך א שעה,

ביים טיש איז אויך געווען א ריזיגע עולם איך האב געציילט בערך 3 טויזענט מענטשן

יעצט ביי של"ש איז דא נאך א גרעסערע עולם איך זאג א גיטע 5 טויזענט מעטשן אויף די אויבנאן האט מען געקענט זעהן ר' עזריל גליק משב"ק ביי רבותינו זצ"ל תוקן על ידי - ווייז_הויז - 14/05/2006 5:02:35



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2006 05:36 לינק ישיר 

וואס זאל איך ענק זאגן?

wow, wow, wow

איך האב נישט די ווערטער אין מויל צו דעסקרייבן דעם הערליכן שבת.

קרית יואל האט נאכנישט געזען אזא שיינעם שבת.

אפילו אין די גוטע יארן זענען קיינמאל נישט געווען אזויפיל מענטשן ביי טישן.

איך האב געשטוינט צו זען מענטשן וועלכע פלעגן כמעט נישט קומען צו קיין טישן, וועלכע זענען יעצט געקומען אין די מאסן. ווער רעדט נאך פון די מענטשן וועלכע זענען געזיצן ביים טיש אין די אויבן-אן רייע, ווי למשל הרב עזריאל גליק שליט"א, און הר"ר ישראל גאלדבערגער הי"ו.

עס איז געווען מעין עולם הבא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2006 05:50 לינק ישיר 

קען איינער ארויף לייגען בילדער פון שלש סעודת!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2006 05:51 לינק ישיר 

האט איינער בילדער פון של"ס? איך בין נישט געווען שבת און ק"י תוקן על ידי - אלעסאמת - 14/05/2006 5:54:27



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2006 07:05 לינק ישיר 

די טויזנטער שטימעס וועלכע האבן געשריגן אינאיינעם ה' מלך. עס איז נישטא די ווערטער צו שילדערן וואספארא שטארקע התעוררות עס האט געהערשט אין בית המדרש.

מענטשן האבן אנגעפאנגען צו שטראמען צום גרויסן שוהל תיכף נאך די סעודה, כדי צו קענען כאפן א פלאץ ביים טיש.

דער ריזיגער שוהל איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום. מען האט זיך נישט געקענט רירן.

דער גרעסטער אמעריקאנער בית המדרש איז געווען צו קליין צו קענען ארייננעמען דעם מאסיוון ציבור.

לאמיר האפן אז מען וועט געווינען די קאורט אין וויליאמסבורג, אזוי וועט מען קענען נוצן דאס געלט צו בויען א נייעם גרויסן בית המדרש אין קרית יואל, ווייל דער ווייסער שוהל איז מער נישט גענוג צו קענען ארייננעמען דעם עולם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2006 07:27 לינק ישיר 

נאך אזא שבת פרעגט זיך די שאלה,

ווי אזוי וועט דער עולם אריין גיין און די ווייסע שיל שבועת???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2006 08:26 לינק ישיר 

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה

די ווערטער האט זיך דערקענט דורכאויס די גאנצע שבת,
אנגעהויבן ביים דאווענען פרייטאג צונאכטס וואס ס'האט זיך דערקענט א שטראם צום ביהמ"ד הגדול,
ווידעראום און די קלענערע בתי מדרשים האט זיך דערקענט א ליידיגקייט,

נאכפאלגענדיג מיט די טיש וואס איך האב נישט געגלייבט וואס איך זעה,
אידען מיט ווייסע בערד, מיטליעריגע, אברכים, בחורים, אינגלעך, אלעס איז געשטאנען/געזיצען מיט אזא יראת הכבוד, ס'האט זיך דערקענט אויף יעדן אז מ'זיצט ביי א טיש פונעם הייליגען רבי'ן זאל זיין געזונט,
ס'האט מיר געפאלען צו זעהן ווי די שטאט קרית יואל וואס געווענליך פרייטאג צונאכטס קען מען גיין אויפ'ן גאס 10 מינוט און נישט אנטרעפן אפילו איין מענטש, האט די וואך זיך געטון א געגייאכטס אז 2:30 פארטאגס (מסתמא שפעטער אויך, אבער דעמאלטץ בין איך אהיים) איז די גאס געווען פול מיט מענטשען.

שבת צופרי איז ווייטער די ביהמ"ד הגדול געווען געפאקט, די רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו עד הנה,

של"ס איז מיר שווער אפילו אנצוהייבן שרייבן,

בקיצור איך בין נישטא צו באשרייבן דעם שבת
(נאר וויאזוי זאגט ר' עזריאל אז איך שטיי שוין ביים מייק האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטען)

וואס איך וויל זאגען איז, אז די ערענסטקייט האט זיך דערקענט ביים עולם, ס'נישט ווי מ'שפילט רבי, איטס סיריעס ביזנעס, און די עולם איז הער טא סטעי, יעדע וואך וואס די רבי וועט זיין ביי אונז אין קרית יואל וועט מען קומען
איך ווייס נישט אויב צום טיש וועט מען קומען אבער צו די תפילות און של"ס זיכער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2006 22:20 לינק ישיר 


רבותי, ניטאמאל "איין" בילד?? אפשר מעגן מיר אויך הנאה האבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 03:58 לינק ישיר 

ווי איך הער יעצט וועט כ"ק מרן רבינו שליט"א זיין קומענדיגע שבת בה"ב און קרית יואל און א שבת נאכדעם שבת במדבר און ווילימסבוירג און אויף שבועת און קרית יואל אי"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 04:03 לינק ישיר 

קומענדיגע שבת וועט דער רבי אי'ה זיין במעון קדשו אין וויליאמסבורג.
אזוי אויך יום שבועות הייסט עס יעצט וועט רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א זיין אין וויליאמסבורג דער עיר ואם בישראל, און מיר וועלן קענען נהנה זיין מאור קדושתו ומדברי תורתו הקדושים והטהורים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 04:34 לינק ישיר 

סיגעטער

אויף די שבת איז נאך נישט זיכער ווי כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט וויילן

אבער איין זאך יא אויף שבועת זאלסטו וואס פריער דינגען א דירה און קרית יואל ווייל כ"ק רבינו שליט"א וועט זיין אי"ה און קרית יואל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 04:44 לינק ישיר 

שבועות גייט זיין א דיזעסטער אין קר"י
אויב די וואך א פלענער שבת, האט מען נישט געקענט אריינשטיפען א נאדעל אין שול ביי שלש סעודות
וואס גייט מען טיען שבועות???????????

עס איז א ערענסטער ערענסטער פראבלעם!!!
מען זאל זיך בעסער נעמען בויען א גרויסען שול, אין פטור ווערן פין דעם קליינעם שול

יעדע וואך זימער גייט אויך זיין געפערליך מיט די אלע זימער מענטשן
ווי אין ביהמ"ד גייט זיין פאלאטץ????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 06:13 לינק ישיר 

די בחורים זענען שוין כמעט פארטיג מיטן בויען די גרויסע פאקעל געביידע צו די באגלייטן מוצאי יום טוב




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעכטיגע שבת ראשונה אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext