דער שבת קודש אינעם נייעם ביהמ"ד ברך משה איז דורך מיט גאר התרוממות דקדושה, די ביהמ"ד איז געווען געפאקט מן הקצה אל קצה, עס האבן געדאווענט דארט 200 סאטמאר אידן פון ירושלים עיה"ק, מיט א 50 ירושלימער בחורים.
אזוי אויך האבן געדאווענט דארט איבערן שבת איבער 150 געסט פון אויסלאנד, עס האבן געדאווענט דארטן נגידים אדירים וואס האבן געשנאדערט איבער שבת איבער א מיליאן דאללער פארן נייעם בנין המפואר, צווישען די עשירים האבן געשנאדערט ריזיגע סכומים הנגידים האדירים ר' אהרן משה שלאגער, ר' מאיר יעקב אינדיג, ר' פנחס קליין, יוקתיא' משה גראס, וכו'.
אזוי אויך איז געווען א ריזיגע ציבור ביים פרק לערנען, און ביי די באטע.
|
|