| נשלח ב-16/5/2006 22:31 |
|
| |
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א - שבת בה"ב
ווי גייט דער רבי זיין דעם שב"ק? איך האב געהערט אז ער גייט זיין אינדערהיים די וואך אין ק"י איז עס אמת
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 22:35 |
|
| |
פאטאקי.
ביסט WRONG.
ער גייט אי"ה זיין אינדערהיים אין וויליאמססבורג אויף שבת קודש פ' בה"ב.
שבת במדבר וועט ער אי"ה זיין אין בארא פארק.
איבער שבועות איז נאך נישט באשלאסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 22:44 |
|
| |
שור, פין ווי נעמסטו דיין אינפארמאציע אז שבועות איז נאכנישט באשלאסן? נעכטן הענגט צעטלעך איבעראל וועגן דירות אין קרית יואל אויף שבועות. איך אליין האב שוין געמאכט גאנצע פלענער צי זיין דארט, אין דא קומסטו זאגן אז עס איז נאך אין די לופט? ביטע ערקלערן
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 22:52 |
|
| |
שבועות גייט אי"ה זיין אין קרית יואל, בלי שום ספק.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 22:54 |
|
| |
שור u r wrong
1) זיין ביתו נאוה קודש איז בעיקר אין ק"י (קענסט הערן זיין דרשה אין מתיבתא הק' און אין ווילי איז ער פאריגע וואך איינגעשטאנען ביי ריספלער און דערווייל וואוינט ער נאך פארשטייט זיך בעיקר אין ק"י אזוי ווי אמאל נאר אפשר מיט די צייט וועט זיך עס טוישן
2) שבועות איז שוין פארזיכערט אז ער גייט אי"ה זיין אין קרית יואל
בעסער דינג א דירה ווי פריער אז די ווילסט קען איך דיר ארויס העלפן מיט א דירה
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 23:05 |
|
| |
ממש ס'קומט מיר טרערן יעדעס מאל ווען איך זעה צו אויף הייד פארק צו אין ריעל לייף ווי מ'רייסט זיך ארום איבער דעם "עלי ינוח צדיק"
ממש יעדער מיינט עס ערנסט, דער וויליאמסבורגער שרייט חי וקים אז די רבי שליט"א וואוינט אין וויליאמסבורג, און די קרית יואל'ע טעהנ'ן אז די רבי וואוינט אין ק"י.
און יעדע שבת עקסטער רייסט מען זיך עקסטער ווי רבינו שליט"א זאל זיך געפונען.
איך האב מורא אז ס'וועט נאך אויסברעכן א ערענסטע מחלוקה צווישען אונז חסידים אליין, נישט אויף צוויי רבי'ס, נאר אויף איין רבי.
תוקן על ידי - מה_טובו - 16/05/2006 23:16:20
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 23:10 |
|
| |
כ"ק מרן רבינו שליט"א גייט אי"ה זיין שבת בה"ב
און קרית יואל
שבת במדבר אי"ה
און ווילימסבוירג
שבועות אי"ה און קרית יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 23:15 |
|
| |
עכטע נייעס אפשר קענסטו ארלעידיגן אז די וואך זאל מען נישט אריננציען דעם צפון וואנט ביים טיש פרייטאג צונאכט? פאריגע וואך איז ממש נישט געווען קיין פלאץ אריינצוקומען אפילו נאך קידוש ווען א גרויסער עולם איז ארויס
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 23:23 |
|
| |
פאטאקי ס'איז דא מענטשן וואס נעמען קער פון די זאכן איך ווייס נישט ווער די דארפסט רעדן צו זיי (אפשר דיי חבר יענקל פאטאקי קען דיר העלפן.....)
תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 16/05/2006 23:34:43
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 23:47 |
|
| |
איך האב אויך געהערט אז אויף שבועות איז נאכנישט באשלאסן, נאר די קרית יואל'ער קליינער קעפ, האבן שנעל געהאנגן צעטליך מ'זאל נישט קענען צוריקציען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 23:53 |
|
| |
איך זע נאך נישט פארוואס זייערע קעפ זענען קלענער ווי די קעפ, פון די וואס האבן געשריבן 44 ראדני אן זיך דוירעך רעדן, אדער געשריבן אז הושענא רבה אינדערפרי וועט זיין אין טענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 00:09 |
|
| |
א קליינע אפשאצונג. שור שנגח איז גערעכט, דער רבי וואוינט אין וומסב"ג (כ'ווייס נישט צו ער וואוינט אבער דארט דארף ער וואוינען) און ווער ס'האלט אנדערש, מיינט נאר זיך און זיין אייגן באקוועמליכקייט, ווייל ער וויל נישט גיין אין א מאראסטיגע טענט. לשיטתי איז נישט קיין חילוק ווי מיר זענען אין וויליאמסבורג, צו אין א טענט צו אויף דער גאס צו אין מאראסט, אויב מיר מיינען דעם רבין'ס טובה, איז עס נאר אז ער זאל זיין אין וומסב"ג, וואוינען אין וומסב"ג, שלאפן אין וומסב"ג, עסן אין וומסב"ג, ארומלויפן אין וומסב"ג, ביז זאלי וועט אפפיצן פון דארט. אויף דעם האבן די זאליס געהאפט די אלע יארן, דאס איז זייער גרעסטע געווינס, און אונזער גרעסטע פארלוסט. ממלא מקומו פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר זי"ע הכ"מ דארף וואוינען אין וומסב"ג. דער בעל דברי יואל זי"ע, האט געקענט וואוינען אין קרית יואל און נאכאלץ זיין סאטמארער רבי ווייל ער איז דאך געווען די מייסד פון סאטמאר און דאס האט קיינער נישט געקענט צונעמען פון אים. יעצט וואוינען רוב מנין ובנין פון סאטמאר אין דעם עיר ואם בישראל וומסב"ג, ווען דער רבי שליט"א איז אין וומסב"ג צעמאלט ער זאלי'ן אזוי שטארק אז זאלי ווייסט נישט ווי זיך אהינציטוהן. נאר דאס קען אים אונטערברענגן איינמאל פאר אלעמאל. פונעם ערשטאן טאג חוה"מ, נאך דעם וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז געווארן רב הצעיר דורר זיין הייליגן פאטער דער בעל ברך משה זי"ע הכ"מ, איז מיין מיינוג געווען אז ער זאל זיך אריבערציען קיין וומס"ג. ווען ער טוט דאס ווען דאן וואלט זאלי שוין לאנג נישט געווען בתוכינו (אדער וואלט ער אוועקגעמופט קיין קווינס אדער צוריק קיין בארא פארק, ירושלים וכו'), דער רבי שליט"א האט נישט געוואלט צוליב כיבוד אב.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 00:15 |
|
| |
ווען איך זאל דארפן שטימען צווישן די קרית יואלער קליינע קעפ און די וויליאמסבורגער היץ קעפ, וואלט איך געשטימט פאר די קרית יואלער קליינע קעפ.
נישט אז איך וויל ח"ו קריטיקירן אונזערע חשוב'ע וויליאמסבורגער ראשי הקהלה, נאר דער פאקט איז אז אין קרית יואל איז דא מער א באזעסענער קהל, וואס זיי טראכטן בעסער דורך יעדע זאך פאר זיי טוען עפעס. די וויליאמסבורגער טוען קודם און דערנאך טראכטן זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 00:22 |
|
| |
איך בין בכלל נישט אריין אין די דיסקאשען ווער ס'איז קלוגער אדער ווער ס'איז מער היציג. די האסט עס אויפגעברענגט, איך האב נאר געזאגט, אז וועט ס'מיינט אמת'דיג דעם רבי'ן (נישט משה גבאי סטייל) פארשטייט אז ער דארף זיין נאר אין וויליאמסוברג 24 שעה א טאג, זיבן טאג א וואך, 365 טאג א יאר, שבת, יו"ט, ימים, נוראים, יומא דפגרא'ס, חנוכה, פורים, ראש חודש, ל'ג בעומר פייער, וכו' וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 00:29 |
|
| |
FAIRD
די מיינסט אוודאי די ווילעדזש, נישט קהל.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 00:32 |
|
| |
דערסיגוטער
די שמעקסט פון עכט סיגוט
|
|
|
|
|