היינט קומען פאר די וואלן פאר די סקול דיסטריקט. איבער די לעצטע צוויי שעה האבן די שונאים פונעם סקול דיסטריקט זיך צוזאמגענומען און אנגעפאנגען ארויסצוקומען אין די מאסן צו שטימען קעגן דעם בודזשעט.
די זאליס און בני יואל נעמען "דערווייל" נישט קיין באסעס פון די סקול דיסטריקט. עס גייט זיי דעריבער נישט אן אויב די בודזשעט פאלט דורך.
לויפט שוין שטימען. מיר קענען נישט פארגינען אז די שונאים זאלן שטערן די הצלחה פון די קרית יואל'ער מוסדות.
נשלח ב-17/5/2006 03:07
די מוסדות זענען זיך צעוואקסן. די קינדער מוזן שטיין אויף די באסעס ווייל ס'איז נישטא קיין פלאץ, ס'איז ממש סכנת נפשות.
מען "מוז" קויפן נייע לענגערע באסעס, און אויך מוז מען צוקויפן נאך דריי באסעס, פאר די אינטערעסן פון אונזערע קינדער.
ר' שמעון משה איז א חשוב'ער איד וועלכער העלפט ארויס די מוסדות אין קרית יואל, ער גיט אסאך געלט פאר צדקה צוועקן פונעם רבי'ן שליט"א, און ער העלפט ארויס אידן ווען אימער ער קען.
אזוי לאנג ווי ער העלפט אונז און ארבעט נישט קעגן אונז, קען ער זיין אפילו ראש הקהל אויך.
חוץ אויב איר ווילט דירעקט אז ביי די קומענדיגע ווילידזש וואלן זאל די אלייענס האבן איין משפחה מער.
נשלח ב-17/5/2006 05:58
גאסט
עס זעהט עפעס אויס אז קעפעטש האט דיר געהעכערט די שכר לימוד.
כ'האב צוגעטראפן ?
נשלח ב-17/5/2006 19:41
פערד גוטזאגער סאיז נישט אמת מען קען נישט ארבעטען מיט איינעם וואס העלפט מענטשען וואס זיכן צו צוברעכן כל הקודש לנו אפילו ער העלפט אויך אונז סהאט נישט קיין פשט טראכט אריין די גייסט נישט ארייננעמען קיין ארבעטער אין דיין געשעפט אפילו ער ארבעט פלייסיג אויב ער ארבעט ביינאכט אין א פעקטארי וואס באשטייט פשוט פון צוברעכן דיין ביזנעס וועסט אים נישט האלטן נישט וועגן נקמה נאר פשוט די קענסט נישט אזוי ארבעטען סימפל
נשלח ב-17/5/2006 19:44
למעשה האט איינער עפעס ציפערן פון נעכטען?
נשלח ב-17/5/2006 20:03
די רוזאלטס
זענען
380
20 פאר No
נשלח ב-17/5/2006 20:16
די אקוראטע ציפערן זענען 372 קעגן 16
נשלח ב-17/5/2006 20:32
ס'מיינט 96 % קעגן 4%
נשלח ב-17/5/2006 21:05
הערטס אויף מיט די נארישקייטן.
די זאליס ווייסן זיך צו חנפ'ענען צו יעדן פון זיי וואס גייט אויך צו אונז.