אפענער רוף צו רח"ד: צינדט נישט אן קיין מחלוקת אין ב"פ !
היינט נאכט האט זיך אפגעשפילט א שוידערליכער ספעקטאקל אין ב"פ, רח"ד כ"ץ, דער געוועזענער
דיין, איז אנגעקומען אין ביהמ"ד מיט א ריזיגע גרופע בוליס, רוב פון וויליאמסבורג, און זיך
געשטעלט זאגן זיין שיעור.
דער גאנצער ביהמ"ד איז געווארן א קאך קעסל, מען האט זיך ערנסט דערשראקן פון די באקאנטע
וואנדאלן וואס עס שטייט אויס פון זיי צו טון אין א מקום קדוש, נאר אדאנק די פאליציי וועלכע
זענען אנגעקומען אויפן פארלאנג פון די הנהלת הקהילה איז פארמיטן געווארן א שרעקליכער חילול
הקודש והמקדש וואס זיי האבן געפלאנט צו מאכן.
נאכן שיעור איז רח"ד באגלייט געווארן דורך די גרעסטע לאבוצעס און אויסוואורפן וואס סאטמאר האט
נאר אמאל ארויסגעגעבן.
מיר קומען דא מיט אן אפענעם רוף צו רח"ד, זייט נישט אן קיין מחלוקת על לא דבר ! מ'האט אייך
געגעבן די ברירה וואכן לאנג זיך געהעריג צוצושטעלן, טראץ דעם פארלאנג פון די היץ קעפ אז מ'זאל
אייך גלייך ארויסקאפן בשן ועין, מ'האט אייך צוגעשטעלט אויף א גאלדענע טאץ א וועג ארויס, איר
האט אויסגעקליבן צו גיין דעם אנדערן וועג (נאכדערצו מיטן גיין אין קאורט, אן קיין רשות בי"ד).
איר האט אלע רעכטן צו באשליסן וואס איר ווילט טון, אבער איר קענט בשום אופן נישט
ארויפצווינגען אייער מיינונג אדער אנוועזנהייט אין א קהילה וואו דער איבערוויגנדער מערהייט
האלט אנדערש.
פארוואס זוכט איר בדוקא צו מבזה זיין א מקום קדוש ?!
פארוואס ברענגט איר מחנות שלעגער און טעראריסטן פון וויליאמסבורג, מיטן איינציגן ציל צו
פראוואצירן דעם עולם און ברענגען צו געשלעגן ?!
וואו שעמט איר אייך נישט צו מבזה זיין די תורה הק', ווען מענטשן וואונדערן זיך "אזוי זעט אויס
א תלמיד חכם" ?!
 |
|
|