אלעס איבער די שטיינער מעשה אין ק"י
עס זענען געעפנט געווארן אפאר אשכולות מיט אנדערע קעפלעך איבער די שטיינער פרשה אין קרית יואל.
אלע אשכולות וועלן צוזאמגעשמאלצן ווערן אין דעם אשכול. ביטע שרייבן אלע פרטים איבער די פרשה נאר דא.
די מעשה בקיצור איז אז יודל וויינשטאק האט ארויפגעברענגט רז"ל'ס רביצין צו די קרית יואלער ישיבה נעכטן, ווייל זי האט געוואלט גיין צום דערנעבנדן ציון, און ווען בחורים האבן ארומגענומען זיין קאר האט ער גערופן פאליס און געלאזט ארעסטירן א בחור פאר'ן ווארפן שטיינער אויפ'ן קאר.
די קרית יואל'ער גולשים פון כל העולם כולו טענה'ן אז דער בחור איז א שטילער בחור, און האט קיינמאל קיין שטיין נישט אויפגעהויבן און די מעשה איז א פשוט'ער בלבול, אלעס מיט'ן ציל צו קענען גיין איבערגעבן א מעשה פאר די גויאישע צייטונגען.
רז"ל'ס רביצין האט געזאגט פאר די פאליס אז זי האט נישט געזען קיינעם ווארפן שטיינער אויף איר (לויט'ן ניו יארק פאוסט).
פון דא און ווייטער געב איך איבער דעם מייק פאר יעדן איינעם וואס וויל באהאנדלען די פרשה.
תוקן על ידי - כל_העולם - 18/05/2006 23:53:23
|
|