| נשלח ב-21/5/2006 09:22 |
|
| |
סיגוטער דיינים פירן אן מבצע "באשמוצן סאטמאר"
די סיגוטער שטייען לעצטנס אין א געפערליכן מצב, זייט די רבי ז"ל איז אוועק און די זאליס האבן זיך ארומגעזען אז דא איז אויסגעוואקסן אויף זייער קאפ א נייער רבי, וואס זיי און זייערע קינדער גייען דארפן יעצט ווערן חסידים, וואס מיינט א בעה"ב אויפן קאפ - די לעצטע זאך וואס זיי דארפן, האבן זייער אסאך זאליס געדראפט די גאנצע קאמפעני, און נישט אנגעהויבן קומען צו די נייע סיגוטער חסידות.
מ'האט עס געזען גראד די ערשטע שבת, אז דער סיגוטער האט קוים געקענט אנפילן האלב ראדני, ווען א ריזיגער עולם פון סאטמאר האט זיך צאמגענומען אין א טענט אויף די גאס, מ'האט עס געזען אלע שבתים נאכדעם, מ'האט עס געזען ל"ג בעומר ווען נאכן ברענגען פינף באסעס פון קר"י האט ער קוים אנגעפילט א פערטל פון ראדני, מ'האט עס געזען די וואך ביים זכר פרייטיג צו נאכט'ס, בקיצור איבעראל זעט מען - אויך הערט מען עס פון זיי אפן - אז אפילו די וואס שטיצן אים פאר שנאה זענען א גרויס חלק אבער נישט גרייט צו גיין צו די רעביסטווע זיינע.
פון די אנדערע זייט דארף מען דאך נישט רעדן, ווער ס'זעט נאר אדער רעדט צו א סאטמארער חסיד די לעצטע פאר וואכן זעט און הערט ווי סאטמאר האט ממש אויפגעלעבט, די בילדער און די תורות רעדן פאר זיך.
במילא האבן זיי יעצט אנגעהויבן א נייעם קאמפיין, מ'גייט אנהייבן א מבצע וואס גייט זיך רופן "בזיון תלמידי חכמים", מ'גייט ארבעטן אויף אלע פראנטן אז די סאטמארע זאלן טון עפעס קעגן איינעם פון זייערע "דיינים", און אזוי וועט מען קענען גיין שרייען אז סאטמאר פארשעמט תלמידי חכמים.
אנגעהויבן פאריגע וואך ווען ז"ל פיליפף איז געקומען אין בארא פארק פארלערנען טראץ מ'האט אים קלאר געבעטן קום נישט, גיי אין סיגוטער שול.
נאכדעם איז ח"ד כ"ץ געקומען מיט גראבע בוליס און באדי גארדס, געבראכן שלעסער און טירן, און געטרייט מיט אלע כוחות צו מאכן מהומות.
נאכדעם איז די סיגוטער רעבעצין ארויפגעפארן צו די בחורים אין ישיבה, טרייענדיג מיט אלע כוחות אז די בחורים זאלן עפעס טון, און ווען די בחורים האבן גארנישט געטון האט מען אליין געמאכט א מעשה כאילו זיי האבן עפעס געטון.
ח"ד כ"ץ האט דירעקט געעפנט א שול פאר די סיגוטער, און ער איז אליינס געקומען אין גרויסן ביהמ"ד אין 53 מיט אפאר שלעגערס, און געהאפט אז אזוי וועט אים געלונגען ס'זאל זיך אנהייבן מהומות.
יעצט איז ווייטער דא א רעדע אז ז"ל פיליפף קומט מארגן פארלערנען א שיעור אין 53, וואס אויסער מאכן מהומות האט עס נישט קיין שום אנדערע ציל. און מסתמא גייט ער קומען מיט באסעס בוליס פון וויליאמסבורג אזויווי פאריגע וואך מיטוואך, און ער האפט אז ס'וועט אים געלונגען צו מאכן גוטע מהומות, אפשר יעצט וועלן די רבנים יא מוחה זיין אז מ'פארשעמט אים (כאטשיק די רבנים וואס איז געשטאנען אין דער איד...).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2006 22:16 |
|
| |
*--StartFragment *עכטענייעס:
פרישע שקר פון די סיגוטער
זיי פארציילן א פרישער שקר
אז דעם שבת קודש ווען ר' יואליש מארגענשטערן שליט"א איז אראפגעקומען פין ביהמ"ד חרדים אין קרית יואל ווי ער האט פארגעלערנט פרקי אבות האבן עם אפגעווארט 25 בחורים און עם נאכגעשריגען די מעשה הייבט זיך נישט אן קיינער און קרית יואל ווייסט נישט פון אזא זאך צו זאגן
די זאך איז דא אזוי אזוי ווי זיי זעהן אז סאטמאר איגנאריט זיי דער בלאט שרייבט נישט קיין ווארט פון זיי אינז זעמער נאר ביזי רעדן ווי שיין ס'איז געווען די טיש מיט די שבת יענע שבת
משע"כ די סיגעטער לאגער איז ביזי און דער איד יעדע וואך נאך וואך מיט סאטמאר סאטמאר האט אזוי געטון נישט גיט און סאטמאר האט אזוי געטון נישט גיט די גאנצע וועלט האט אנגעהויבן פרעגן די שאלה וואס גייט דא פאר???? פאר וואס סאטמאר רעדט נאר פון זיך און סיגעט נאר פון סאטמאר
האבן די סיגעטער אויף געקומען מיט א פלאן יעדע פאר טאג גייט מען מאכן א מעשה ס'זאל אויס זעהן ווי פאר סאטמאר אינטערסירט זיי
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 02:28 |
|
| |
אודך כי עניתני.
א נייע ליגנט.
נאך א לאנגע אשכול פון היסטאריקער, וואו ער "באוויינט נעבעך" די "געוואלדיגע חילול התורה" וואס קומט פאר, שרייבט ער אזוי:
וואס קומט יעצט פאר מיט בני יואל?
וואונדער איבער וואונדער, בני יואל וואס איז היינט צעוואקסען אין קרית יואל מיט א באוועגונג פון בערך 500 ראשי משפחות, טויזענט קינדער אין זייערע מוסדות, צענדליגער בתי מדרשים גרויסע און קליינע, האט שוין לעצטענס געהאט פון זיי טיילווייז מנוחה, דאס האט זיך יעצט געענדיגט.
עטליכע אינצידענטען זענען פארגעקומען אין די לעצטע וואכען און טעג, ווען חדר אינגלעך און בחורים האבען אנגעהויבען מיט א שטיינער ווארפעריי און נאכשרייען די באסעס פון בני יואל וועלכע פארען דורעך דעם שטעטעל ערב ובוקר וצהרים, ווי אויך די קינדער פון בני יואל שטייען אויס מילדערע רדיפות און שוועריקייטען דורעך די אלטע שלעגער און פייניגער.
ס'איז נאריש צו שטיין און זיך פארענטפערן א גאנצן טאג ווי קליינע קינדער: "אנאו, ס'איז נישט אמת", און דאס מסתם ווילן זיי, מאכן אזויפיל מעשיות ביז מ'וועט כאטשיק גלייבן איינס דערפון.
ס'איז אבער יא גוט צו זען ווי שטארק עס קרענקט זיי די הצלחה פון סאטמאר בכלל און פון רבי'ן זאל זיין געזונט בפרט, און ווי אין דער ערד די סיגוטער זענען, אז זיי מוזן מאכן יעדן טאג עפעס א פרישע מעשה, לעצטנ'ס דארפן זיי שוין האבן צוויי א טאג...
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 02:51 |
|
| |
עטס רעדטס אפילו פון דעם שיכור?
אגב, איז יעצט געווארן א יאר פון ווען ס'איז געווען מוזיק אין קרית יואל אינמיטן ספירה.
ווער געדענקט נאך זיין דעמאלטסדיגע געבעקס?
|
|
|
|
|