פורים רעבע קלאפט אריין מיט פראדעל ביים טיש
דעם שבת ביים זכר, איז משה גבאי געווען די אפיציעלע גבאי ביים פורים רעבע המכונה סיגעטער.
ליפי קרויס מיט שמואלי קאמפאוט האבן געציפט פראדעל'ס פיס אז ער זאל זיך אפטראגן, אבער פראדעל האט א גאנצן צייט דירעקט זיך אריינגעצויגן צום פורים רעבע, צו ווייזן פאר יעדן, אז ער האט דעם פולסטן קאנפידענץ פון רז"ל.
אינמיטן האט ליפי קרויס אריינגעזאגט עפעס פאר רז"ל אין אויער, עפעס א סוד קעגן משה פרידמאן, אבער רז"ל האט געוואלט ווייזן פאר פראדעל אז ער ווערט נישט באאיינדרוקט פון ליפי קרויס, האט ער געגעבן "לחיים" פאר משה בן פראדעל הויך אויפ'ן קול אריינקלאפענדיג "היי פייוו", צו ווייזן פאר ליפי קרויס, אז די וועסט מיך נישט איבעררעדן.
משה האט אויסגעשאסן א געלעכטער, און געוויזן פאר ליפי קרויס אז דא איז ער באלעבאס, און נישט קאמפאוט אדער קרויס.
|
|