ס'ליגט נאך יעדן אין די ביינער די ווערטער וואס כ"ק רבינו שליט"א האט געזאגט ברוב עם דעם ל"ג בעומר לגבי דאס לערנען צוויי א האלב בלאט א וואך אין מסכת סוכה,
דא אין דעם אשכול וועט מען ארויפלייגען יעדן טאג דעם עמוד ווי מ'האלט,
אויך וועט מען זיך קענען אויסשמועסן א קשיא אדער א תירוץ פונעם עמוד פון יענע טאג.
מ'בעט ווער ס'ווייסט ווי מ'קען מיטהאלטען א שיעור אין די מסכת, אין סיי וועלעכע ביהמ"ד און סיי וועלעכע צייט און טאג זאל עס ביטע פאוסטען.
קען עס איינער דא ארויף לייגען אין מזכה זיין דעם רבים , איך בין געווען פארנומען ביינאכט איך האף מארגען יעצט אויפדערנאכט איך וויל דורכן טאג אריינכאפן דעם עמוד , שכוח למפרע
נשלח ב-22/5/2006 04:53
רבינו שליט"א האט זיך יעצט משתתף געווען פערזענליך מיט די לימודים, קודם איז דער רבי שליט"א ארום געגאנגען און די גאנצע ביהמ"ד דערנאך זיך אראפגעזעצט לערנען אינעם היכל הביהמ"ד.
ווי נאר דער רבי איז ערשינען האט זיך דער קול תורה דערהויבן גאר גאר הויך (פרטים יבואו).
נשלח ב-22/5/2006 05:06
קהל יטב לב
ווען די שרייבסט עפעס שרייב מער דיטעלס
למשל די רבי שליט"א האט זיך געזצט לערנען און ווילימסבוירג ביהמ"ד הופפער סט.
איך האב געמיינט אז די רעדטס פון קרית יואל
נשלח ב-22/5/2006 07:19
אינטערעסאנט די ערשטע עמוד ענדיגט זיך א שטיקעל פונקט סוף עמוד.
נשלח ב-22/5/2006 15:24
אוי איז עס גוט!
בעסער ווי גוט!!!
די רבי זאל זיין געזונט האט ביים ל"ג בעומר טיש זיך 'געבעטן' ביים עולם ממש ווי א מאמע צו א קינד וזל"ק בערך
"איך בעט ענק.. טעמו וראו כי טוב.. פרובירט עס אויס.. קאסטס עס.. וועט עטץ זעהן אז ס'איז גוט"
רבותי איך בין נישט די גרעסטע תנא קמא, כ'האב עס אבער אויספרובירט, און די רבי איז גערעכט ס'איז גוט!
די מחלוקת פון די רבנן מיט ר' יהודא אין די משנה, דערנאך די חילוק פון עירובין און סוכה, וכו'.
א געשמאק! ס'געט חיזוק פאר א גאנצען טאג.
תוקן על ידי - מה_טובו - 22/05/2006 15:26:13
נשלח ב-23/5/2006 03:29
היינט דארף מען לערנען דף ב עמד ב
נשלח ב-23/5/2006 04:08
איינער קען מיר איבערזאגען? וואס האלט ר' יאשי-ה? וואס האלט ר' זירא? און וואס האלט רב חנן בר רבה? לאמיך זעהן ווער געדענקט פון וועם זאגען די 3 תנאים נאך זייער מימרא?
נשלח ב-23/5/2006 04:40
אלעס רב, רש"י זאגט אז ס'איז נישט קיין סתירה ווייל זיי זענען אמוראים וואס קריגן זיך אליבא דרב.
ס'מיינט אזוי א מענטש קוקט דארט ווי די אויגען טראגען אים, ווען מ'קוקט אויף א זאך קוקט מען אויף די גאנצע זאך ביז ס'ענדיגט זיך. דעס איז פשט אז ווען די סכך איז נאנט צום וואנט זעהט מען עס ווייל די אויגען טראגען אהין, אבער ווען די סכך איז העכער די וואנט - דאס הייסט ס'ריטשט נישט די וואנט - טראגען די אויגען נישט אהין מילא זעהט מען עס נישט.
נשלח ב-23/5/2006 17:52
רש"י (אדער גאר תוספות?) אויף עמוד ב זאגט עס קלאר. די סיבה איז ווייל ביים מבוי רעדט מען פון דער קורה אויבן, און אפילו זי שטייט אויף ברעטעלעך, זענען זיי נישט גענוג דיק אז דאס אויג זאל זיי כאפן. משא"כ ביי ט סוכה וואס האט גענוג ברייטע ווענט.
אגב, עמיצער ווייסט וואס דער סדר איז אויף פרייטאג און שבת?
תוקן על ידי - menchele - 23/05/2006 17:55:18
נשלח ב-23/5/2006 17:59
דוכט זיך מיר אז די רבי האט געזאגט צוויי א האלב בלאט א וואך, דאס מיינט א עמוד א טאג, 5 טעג א וואך.
נשלח ב-23/5/2006 18:05
איין זאך וואס איך האב נישט פארשטאנען איז אויבן אויף עמוד ב שמועסט די גמרא אויס פארוואס "כולהו אמוראי" האבן נישט אנגענומען קיין איינעם פון די דריי טעמים פארוואס א סוכה למעלה מעשרים אמה איז פסולה. די גמרא הייבט אן מיט רבה, וועלכער דרינגט זיין טעם פונעם פסוק "למען ידעו דורותיכם." טענה'ט די גמרא אז "ההוא לדורות." דערנאך גייט די גמרא צו רבי זירא, וועלכער לערנט זיין טעם פונעם פסוק "וסוכה תהי' לצל יומם," אז "ההוא לימות המשיח." פרעגט אויף דעם די גמרא צוריק, "ורבי זירא?" וואס וועט ער דערויף ענטפערן?