בית פורומים כל העולם כולו

חסידי סאטמאר מאנטריאל - ברוך שפטרינו!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/5/2006 21:52 לינק ישיר 
חסידי סאטמאר מאנטריאל - ברוך שפטרינו!!!



ברוך שפטרינו רופן אויס מיט פרייד תלמידי וחסידי סאטמאר בקהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר מאנטריאל, ווען די זאליס די וואס זענען דא מיט איין ציל חרוב צו מאכן און אונטערצוברענגען קהל יטב לב דסאטמאר האבן היינט געמאלדן אז זיי טיילן זיך אפ און גייען אוועק פון בית מדרשינו הגדול און גייען עפענען א אייגן ביהמ"ד אין מאנטריאל, עס הייסט אז אפשר וועט דאס זיין שוין דעם שבת קודש.


עס איז א גרויס שמחה וחדוה איז די מהרסי הקהלה גייען זיך אוועק.


יעצט איז דא ביי די זאליס א גרויסערע ריס.
 

ווייל רבי משה מנחם דער דיין האט אפגעמאכט אז ער האלט שוין מער נשיט ביים דינעם זאלי, ער וויל זיך יעצט אליין דינען.


ער וויל זיך עפענען איין אייגן ביהמ"ד, אן קיין שייכות מיט זאלי, נאר ווי ער וועט זיין אליין רב און רבי ער וועט זיך ריפען כ"ק האדמו"ר רבי משה מנחם שליט"א האדמו"ר מ..? און אזוי וועלן די אהרונים אויך אריין פאלן ביים אים און נעמען שריים, און ער וועט פירען רביסטעווע און ער וועט זיין א שיינע רבי, און וועט האבן זיינע חסידים און געשעפט פאר זיך.


ווידער די זאליס ווילן דאס נישט בשום אופן עס אזי פאר זיי א טויט קלאפ.


און די קומעדיגע טעג וועט די זאך קלארער ווערן.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2006 21:57 לינק ישיר 

עפעס שטימט נישט דא. לויט מיין אינפארמאציע, איז נעכטן געווען א מיטינג דערוועגן ביי די סיגוטער, און זיי האבן אפגעמאכט אז זיי בלייבן אין ביהמ"ד און גייען פייטן עד הסוף. פארוואס האבן זיי אזוי שנעל געטוישט זייער מיינונג ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2006 22:38 לינק ישיר 

ווייל נעכטן פון זייער אסיפה האבן זיי איינגעזעהן וואס מיט זיי טוט זיך און ווי זיי האלטן. 1) זיי האבן איינגעזעהן טראץ וואס זיי האבן שווער געארבעט אז יעדער שונא און זאלי זאל קומען איז נישט געווען קיין 40 מענטשן, פון א קהלה וואס האט ארום 240 מענטשן, ממילא זענען די אהרונים 80 פארצענט פון ציבור און עס איז נישט דא פארוואס צו מאכן וואלן ווייל די אהרונים גייען ממילא עס געווינען. 2) ווייל ר' שלמה יעקב שפיטצער האט זיי געאזגט דער אמת נעכטן אז מען האט שוין פרובירט אלעס צו טאן עס צוריק שטעלטן אבער אלע לויערט שאזן אז עס איז נשיט דא וואס צו טאן. 3) ווייל ר' אברהם מייזעלס האט זיי געאזגט אז יעדער זאל מתפלל זיין אויף א נס מן השמים אז אלעס זאל צוריק גיין צום אלטן. דאס האט זיי באוויגען די היינטיגע שריט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2006 22:51 לינק ישיר 

TOO GOOD TO BE TRUE



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2006 23:02 לינק ישיר 

ר' איד, פאר דו עפענסט אן אשכול מאך זיכער אז די נייעס איז קראנט, ווי ווייט איך ווייס איז די מעשה מער קרוב אל השקר ווי צום אמת.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2006 23:24 לינק ישיר 



עס איז אמת ויציב.


און ב"ה האבן די זעלבע די זאליס געטאן די פארגאנגענע וואך אין בארא פארק, און אין מאנטשעסטער.


יעצט איז ב"ה געקומען די רייע אויף מאנטריאל.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2006 23:34 לינק ישיר 

סתם געעפנט א אשכול מיט שקרים, אוועקצופארן פון די ארגינעלע טעמע.

יעדע נארישקייט וועגן מאנטריאל פארדינט אן עקסטערע אשכול.......





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 01:52 לינק ישיר 

זשוליאני08: משה גבאי האט אנגעקאלט ר' משה מנחם און אים געהייסן אז ער זאל אנקאלן ר' דוד'ן און סטראשען אז זיי גייען זיך אפטיילן. בן פראדעל האט אים געזאגט, טייל דיך נישט אפ. נאר סטראשע דוד'ן (מאנטריאלער רב) , אז דוד (רב) זאל ציטערן אין די הויזען. עס איז נישט דורך קיין פיפצען מינוט און ר' משה מנחם האט געקאלט ר' דוד'ן און אים געזאגט אז זיי גייען זיך אפטיילען, ווייל מ'האט געגנב'עט די בילדינגס. און ר' דוד ציטערט טאקע אין די הויזעלעך... _________________________________________ רבותי. ס'איז נישט קיין וויץ. משה גבאי'ס פלאן ארבעט ריזיג. אבער מיר מוזן אים שיקן א שארפען מעסעדזש. הלנו אתה אם לצרינו אויב ווילסטו גיין מיט דעם אדאלף היטלער משה בן פראדעל גיי ווי די אויגן טראגן דיך.... מיר וועלן זיך נישט ברעכן פאר פראדעל'ס טעראר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 02:45 לינק ישיר 

מר. קאנאדא דו זעהסט אויס אלץ איינער וואס די פאקטן ווערן געבויעט לויט דיינע מיינונגן, דאס הייסט, אויב גלייכסטו בוש, איז קלאר א בוש איז גערעכט און אויך אז עס גייט גוט פאר בוש דעריבער עטליכע פראגן, און לויט דעם וועט די דעבאטע זיין דערנאך ביזטו פון די סאטמארע, זאליס, אדער ר' דוד מענטשן איז "געווען "א מעגליכקייט אז פראדל מיט זיין שרץ יושע העשעלע, זאל טאן וואס צענטראל קהל האט געטאן אויב האבן זיי געהאט אזא מעגליכקייט, און זיי וואלטן געוויסט אז זיי קענען וואלטן זיי עס געטאן אויב זיי וואלטן עס געטאן, וואלטן זיי דערנאך אנגעהויבן צו טוישן פירערשאפט זענען ר' שלמה יעקב, ר' יודל, ר' יעקב, פעסטע מענשטן וואס וואלטן זיך אקעגן געשטעלט, אותו ואת בנו פריעדמאן זענען ר' שלמה יעקב, ר' יודל, ר' יעקב, פאליטיש געשולטע פלאנירער און סטראטעגיסטן, צו קענען אויסרעכענען און פארמיידן אותו ואת בנו'ס פלענער אויב וואלטן זיי אנגעהויבן טוישן פירערשאפט, וואלטן זיי זיך אפגעשטעלט ערגעץ יעצט נאך פראגעס פון די צווייטע זייט וויסנדיג אז די צווייטע זייט קען עס איבערשרייבן איינס צוויי, האט מען געדארפט איבערשרייבן אויף אונזער זייט ווען מען האט עס "שוין" איבערגעשריבן, פלאנט מען צו מאכן סיי וואסעפארא שינויים אין גבאות, מנהגים, רבנות יעצט ווען עס איז אויף צענטראל קהל נאמען פלאנט מען עס צו לאזן, אדער אויסארבעטן א פלאן, צוריקצולייגן אויף א אופן, וואס אותו ואת בנו זאלן נישט קענען לייגן א לאפע ווען מען גייט עס צוריק לייגן, וועט ר' שלמה יעקב, ר' יודל, ר' יעקב זיין פון די באורד איז אזוי: אויב ביזטו א סאטמארער, אדער ר' דוד א מענטש, איז פשוט, אז משה גבאי האט געוויסט, האט געפלאנט צו טאן אין מאנטריאלע וואס ער האט געטאן און געפלאנט און פלאנט נאך אין אנדערע פלעצער, ער וואלט איינגעפירט זיין טעראר דארט, ר' שלמה יעקב, ר' יודל, ר' יעקב 3 שטילע, ארענטליכע, צוריק געצויגענע אידן, וואלט נישט געווען קיין פארמעסט מיט זיי, און אותו ואת בנו וואלט ארויף געצווינגן ר' זאלישל רעבונעס, [אדער רעבתנות], און פון דארט קענסטו לאזן דיין דמיון פארן ווי ווייט דו ווילסט ווידער פון די צווייטע זייט, צענטראל קהל, האבנדיג עקספיריענס מיט די אותו ואת בנו קאמאפני האט מקדם געווען פני הרעה, און עס ביזדערווייל געלייגט אויף האלד, זיי פלאנען עס בעז"ה צוריקצולייגן אויף א לעגאלע באזיס, אז אותו ואת בנו זאלן נישט קענען חרוב מאכן, צענטראל קהל האט קיין שום פלאן צו טוישן סיי וואס אין די לאקאלע קהלה אין מאנטריאל איז ממילא די איינציגע זאך, די צייט אינדערמיטן קען זיין אנגעצויגן פאר שווארץ קוקער אז אפשר וועט מען עס נישט צוריק שרייבן, אפשר וויל נעמען א מארגעדזש אויף די בילדינג אדער ווער ווייסט וואס, פארדעם איז דא א עצה, מען נעמט א בענקל און מען זעצט זיך רואיג אראפ, די עטליכע וואכן וועלן דורכגיין ווידעראום, אויב ביזטו אז זאלי, דאן שטימט אלעס, און אדרבה, איינמאל האב איך הנאה צו זעהן ווי די זאליס שעלטן פאר א טויש, אינדערצייט, וואס אייביג פרובירן זיי אנצוזייען חרבנות הא, מר. קאנאדא. וואס זאגסטו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 02:54 לינק ישיר 

קאנאדא איז א זאלי, און זיין מיינוג וואס ער שרייט שרייען און וויינען אלע זאליס.

און עס איז ווי מוזיק פאר אונז.

און ב"ה ער וויינט און שרייט און אונז האב מיר די בנינים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 20:49 לינק ישיר 

היינט צופרי האט מרכדי קאהן געזאגט פאר ר' דוד מייזליש שליט"א אז טאמער ביז דאנערשטאג טוט מען נישט גארנישט צוריק צו שטעלן די בנינים על מכונו, אדער גיין אין קארט.

דעמאלס וועלן די זאליס נאך די וואך שבת אוועק גיין פון שול, און עפענען אליין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2006 23:55 לינק ישיר 

עס איז בכלל נישט נוגע פון וועלכן רבי'ן איך האלט, די שאלה איז די קהלה אין "מאנטריאל"... און די געפערליכע גניבה

איך זע ענק האבן אנגעהויבן א נייע סטראטעגיע פון "אותו ואת בנו".

לאמיר דיר זאגן אז דו ווייסט אליין נישט וואס א געלעכטער דו ביזסט דאס צו שרייבן, האסט זיך דערמאנט אז משה גבאי האט א זון וואס וואוינט אין מאנטריאל, און אויפגעבויט א גאנצע בילדונג אויף די פאנטאזיע.
וויל איך דיר זאגן צוויי זאכן:

1) דער יונגערמאן איז א שטילער חשוב'ער איידעלער יונגערמאן מיט מדות טובות וישרות, און ער וואלט אין זיין לעבן נישט דורכגעפירט קיין גניבות...
2) איך האלט מיך איין נישט צו גיין פערזענליך, ממילא אויב דו פלאנסט צו שרייבן שרצ'ל אויף א אומשולדיגן מענטשן וואס האט קיינעם נישט באעוולט, בלויז ווייל דו ווילסט אהערשטעלן א סטראטעגיע אז דו שלאגסט זיך מיט זיין טאטע. וועל איך מוזן איבערטראכן מיין באשלוס פון נישט גיין פערזענליך.

יא מיר שעלטן טאקע אויף די אומבארעכטיגטע גניבה, און ווען מען וואלט דיך באגנבעט וואלסטו אויך געשאלטן

אבער איך קען דיר גאראנטירן אז די בנינים וועלן נישט פארבלייבן ביי יצחק ראזנבערג, ער וועט מוזן צוריקגעבן די בנינים, אדער וועט ער ווערן געצווינגען דערצו.

תוקן על ידי - קאנאדא - 24/05/2006 0:15:45



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 07:53 לינק ישיר 


קאנאדא שרייבט

אבער איך קען דיר גאראנטירן אז די בנינים וועלן נישט פארבלייבן ביי יצחק ראזנבערג, ער וועט מוזן צוריקגעבן די בנינים, אדער וועט ער ווערן געצווינגען דערצו.





אזו ווי מען האט אים ארויס געצווינגען פון קארט!!!!!!!!
תוקן על ידי - רעדנדיג - 24/05/2006 7:56:41



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חסידי סאטמאר מאנטריאל - ברוך שפטרינו!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext