אין לאנדאן איז געווען א שיינע סעודה, מיט הונדערטער באטייליגטע, הרה"ג ר' יחזקאל אינזליכט
שליט"א מו"ץ דקהלתינו הק' האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה, וואו נאך א שטארקן הספד אויף
רביה"ק זי"ע, האט ער ארויסגעברענגט די געוואלדיגע גדלות פון רבי'ן זאל זיין געזונט, און
וויפיל מיר
דארפן זיין מקושר און אדוק צו דעם גדול הדור.
דערנאך האט גערעדט הגאון האדיר דער קרית יואלער דיין שליט"א, וועלכער איז געקומען וועגן די
ישיבה, און ער האט אויך זייער שטארק ארומגערעדט וועגן רביה"ק זי"ע ובנו הגדול ומ"מ דער רבי
זאל זיין געזונט.
דערנאך האט מען געבעטן הגאון הצדיק ר' חיים וואזנער שליט"א, רב דקיט"ל בלאנדאן, אז ער זאל
רעדן. צוערשט האט ער נישט געוואלט, למעשה האט מען אים שטארק געמוטשעט האט ער מסכים געווען,
און ער האט געזאגט אז ער האט נישט געוואלט רעדן ווייל ער האט נישט געוואלט אפקילן דעם
פייערדיגן רושם פון די פריערדיגע דרשות וועגן רבינו שליט"א, דורך זיין דרשה וואס וועט דאך
נישט זיין אזוי שטארק ווי די אנדערע, כמובן.
דערנאך האט ער אויך זייער שטארק ארומגערעדט פון כ"ק רבינו שליט"א, ובפרט וועגן דעם נייעם סדר
פון לימוד מס' סוכה וואס רבינו שליט"א האט איינגעפירט אז די גאנצע קהילה זאל לערנען
אינאיינעם.
באזונדער האט ער שטארק משבח געווען דעם הייליגן מכתב קודש פון רבי'ן זאל זיין געזונט, איבער
אונזער חוב אין די יעצטיגע טעג, און אויסגערימט די עסקנים וועלכע גייען ארום אין ביהמ"ד אכט
געבן אז מ'זאל נישט פירן קיין ויכוחים אין די ענינים. אויך האט ער גערעדט בשבח פון די הייליגע
ישיבה און די געוואלדיגע כוחות וואס דער רבי זאל זיין געזונט לייגט אריין דערין און די
וויכטיגקייט פון שטיצן די ישיבה.
ער האט אויסגעפירט די דרשה אז דער רבש"ע זאל העלפן אז מיר זאלן בקרוב מקבל זיין פני משיח
צדקינו, מיט כ"ק רבינו שליט"א בראשינו, בב"א.
תוקן על ידי - געגאנגען - 26/05/2006 21:27:24
 |
|
|