די נפק"מ צווישן א טענט און ארמון טערעס
ווען אונז סאטמארע חסידים זענן ארויס געווארפן געווארן פון אונזער ביהמ"ד אויף ראדני ווי מיר האבן געדאווענט אלע יארן, און זיך דערזען מיט א ריזיגער ציבור ומלכם בראשם וואס האבן נישט ווי צו דאווענען האט מען בלית ברירה אויפגעשטעלט דעם ריזיגן טענט, האבן די סיגעטער חוזק געמאכט זאגענדיג אז דאס ווייזט אז מ' האט גארנישט, און אויפגעקומען מיט אלע ערליי שפעט נעמען.
אבער ווען די סיגעטער אין ב"פ האבן זיך בארעכענט צוריק צו קומען קיין 53 נאך נישט דאווענען דארט אזוי פיל יארן, און מ' האט זיי געוויזן דעם וועג, האבן זיי אפגעדינגען ארמון טערעס צו דאווענען דארט, מאכן זיי נישט חוזק.
איז די קשיא, פארוואס איז דאס אנדערש, ווייל מיר האבן געמאכט א טענט, און זיי זענן אין א געהעריגע בנין? ווען מיר גייען ווען אויף ראוז קעסטיל וואלטן זיי נישט געלאכט?, מיינט דאס אז זיי לאכן אז מיר האבן נישט קיין פלאטץ אין א האל קע"ה, מוזן מיר מאכן א טענט, משא"כ זיי פלאצירן זיך באקוועם אין די "ריזיגע" ארמון טערעס, איז נישט דא וואס צו לאכן?.
אויב אזוי, דאן לאכטס ווייטער קינדערלעך.
דרך אגב, אפילו מיר האבן ווען ראדני, וואלט מען געמוזט מאכן א טענט דעם ערשטן שבת, קרית יואל שבועות יוכיח וואס מ' בויעט א טענט.
תוקן על ידי - אייןסאטמאר - 23/05/2006 19:58:44
 |
|
|