בית פורומים כל העולם כולו

זענטער יענקי, האט שוין צוויי עיקל'עך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/5/2006 21:01 לינק ישיר 
זענטער יענקי, האט שוין צוויי עיקל'עך

דער זענטער רעבע, בעל היענקי האט נעכטן געקאלט איצא גליק, און געשריגן אז ער מוז שוין האבן א עיקול
קעגן די מדפיסים פון בירך משה.

איצא האט אים ארויסגעפרינט א פארטיגע עיקעל/פיקעל, מיט שארפע קללות קעגן עצי תמרים פאר'ן דרוקן די בירך משה'ס.

אבער דער יענקי ליפא'לע, איז נישט געווען צופרידן.
ער האט נאכאמאל געקאלט איצא'ן און געשריגן אז ס'איז נישט גענוג.

ער מוז האבן א אנדערע עיקעל/פיקעל, ווייל די ערשטע רעדט נישט גענוג שיין פון אים, און אז דער רבי זצ"ל הכ"מ האט נאר אים געגעבן די רעכט.

אומר ושותה... איצא האט שוין ארויסגעשאסן פון קאמפיוטער א פרישע, פעסטע עיקול (איזי פיקל)


יעצט וועלן שוין אלע זאלונים מוזן קויפן די די יענקי בירך משה'ס, פארן פולן פרייז פון
80 דאלאר.

צו קענען באצאלן פאר ליפא'לען די טיקעטס צו
YANKEE STADUIM




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 21:17 לינק ישיר 

פארוואס גייט ער נישט אין קארט ארויסנעמען א TRO?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 21:31 לינק ישיר 

BIG DEAL,
א עיקול פון איצלען,
בכלל וויאזוי האט ער געקענט געבן א עיקול
אן א הזמנה לדין תורה, בניגוד להלכה,
אבער ביי איצלען איז דאך אזוי,
אז די הלכה שטימט נישט מיט עם,
טוישט מען די הלכה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 21:32 לינק ישיר 

פאטאקי כאפסט נישט? באמת נישט? מ'דארף דאך קודם האבן א היתר בית דין

נישטא ווער ס'זאל לאכן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 21:51 לינק ישיר 

וואו איז דער עיקול? ס'איז דא אין די איד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 23:03 לינק ישיר 

אין דער איד איז דא אן עיקול פון איצי גליק, ווי ער וווארענט גאר שארף מיט זיין כוח התורה, אז קיינער טאר נישט קויפן די נייע ברך משה, ווער עס וועט עס קויפן אדער פארקויפן וועט ברענען אין גיהנום, מען מעג נאר קויפן די ברך משה וואס ליפא אב"ד דקהל יענקי די בכל אתר ואתר דריקט.

ער ווייסט נשיט אז די טריק איז שוין טויט און מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט געזאגט און געפסקנט בחייו וועגן דריקען די ספה"ק דברי יואל, אז יעדער מעג, אפילו ר' יוסף אשכנזי האט געהאט א בריו פון רביה"ק זי"ע אז עס איז זיינס לו ולזרעו אחריו.

אגב האט הגה"צ רבי הירצקא צוויבל שליט"א א כתב יד קדשו פון רביה"ק זי"ע אז ער מעג דריקען די תורות ברך משה און עס באלאנגט פאר אים, די בריוו איז פאר די בריוו פאר ליפא יענקי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 23:07 לינק ישיר 

דער עיקול איז אין איד.

איך האב אויך געהאלטן אז אויב קומט ארויס א עיקול דארף מען אפהאלטן דערווייל דאס פארקויפן, און גיין צו ד"ת.

אויפ'ן ספר דברי יואל וואס ר' יוסף אשכנזי ע"ה האט געספענד שווערע געלטער פון זיין (געשנארטע) טאש, און אפרים שטערן האט עס איבער געדריקט פאר ביליג אין אר"י, איז מען געגאנגען צום ביד"צ צו ד"ת און אפרים האט געווינען, כש"כ דא וואס דער סענטע קלוב רב האט אריינגעלייגט אסאך ווייניגער געלט (אזוי מיין איך) האט אסאך א קלענערע טשענס.

אבער דאס שיקן א עיקול אן א הזמנה פארשטיי איך  בכלל נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 23:19 לינק ישיר 

ס'איז בכלל א ליצנות ווי ליפא'לע ווארענט זייער שטרענג "שיבואו לעמוד לדין"
וויל איך עם זאגן, אז דער לעצטער וואס האט אזוי שטרענג געווארענט איז געוען
נישט קיין אנדערער ווי ר' זלמן לייב'ס בוזעם חבר,
דער באקאנטער מסור דמתא יוסל וואלדמאן שר"י,
 וואס האט בשעתו שטרענג געווארענט אונזער יעצטיגן רבין שליט"א,
און איך קען איבער זאגן פאר ליפא'לען לשון קדשו פונעם 
דעמאלטיגן קרית יואל'ער רב, "יוסל הארך מיך אויס, דו ביסט א גרויסער עם הארץ"
צו א דין תורה שיקט מען א הזמנה פון א בית דין, און נישט מען גייט ארום סטראשן,
דאס זעלבע קאנען מיר אצינד זאגן "ליפא ביסט א גרויסער עם הארץ" אויב האסטו
עפעס טענות, דאן שיק א הזמנה, און א וודאי וועלן מיר גיין צו דין תורה. 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 23:36 לינק ישיר 

ראשית, וואס ברויך ער דער ברך משה, סיז א שאד די פאפיר, אפי' ער זאל עס אוועק געבן אומזינסט וועלן עס די בני זלמן'ס קיינמאל נישט נעמען.

שנית, דער תלוש שטאטס שיקן אן הזמנה צום בעל דין, לייגט ער אריין פאשעקווילן און "דער איד", וואס פאלט איהם ביי אז דער בעל דין ליינט "דער איד", און אפי' יא, די וואס ליינען דער איד זענען ממילא נישט קיין ברך משה קונדן, כדלעיל, נו צו וועם שרייבסט עס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 23:40 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט פארוואס איז דער זענטער יענקי אזוי צישאסן.

ער האט דאך די נייע חסידים פון רבי'ן זצ"ל
און זיי וועלן עס קויפן בכסף מלא, אפילו פאר 500 דאלאר.

וואס באדערט אים אז די פאר שונאים פון רבי'ן זצ"ל דריקן עס איבער פאר 40 דאלאר.

זיי וועלן דאך עס ממילא נישט קויפן.

האט איר א תירוץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 00:10 לינק ישיר 

איך דענק אז ווען מ'האט איבערגעדריקט דעם 'ויואל משה' בשנת תש"נ,
איז געווען א פסק פונעם ביד"צ  אין ירושלים עיה"ק ,אז אויב מ'דריקט דאס איבער
 פאר קאסט פרייז, בלויז דאס מפיץ צו זיין ,הייסט דאס נישט השגת גבול.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 00:43 לינק ישיר 

איך האב אינגאנצען פארגעסן צושרייבן דערפון ,
 

עס איז געווען א שלושים סעודה אין אליעזר קעסטנבוימס כולל ערב פארן בעל ברך משה זי"ע אין דער איצא גליק האט גערעדט דארט ..... ווילט איר הערן דעם שבח וואס ער האט געזאגט אויפן רבין זי"ע ???
 "דער רבי זי"ע הכ"ם האט ליעב געהאט ר' אליעזר אהבת נפש ער האט זיך איינמאל אויסגעדריקט איך ווייס נישט פארוואס אבער איך האב דעם לעזער ליעב מער פין אלע שטוב מענטשן איך שפיר אז ער איז געטריי צו מיר " עד כאן דברי איצא .. דערנאך האט לעזער ארומגערעדט אז דער רבי האט מיך טאקע ליעב געהאט אזויווי איצא האט געזאגט אבער ער האט אויך ליעב געהאט א יעדער איד ........ רבותי פרעגטס אייך נאך אין בעטלאהן דינסטאג ביינאכט
תוקן על ידי - דערסיגעטער - 26/05/2006 0:45:55



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 03:49 לינק ישיר 

וואס איז געווען דער הסבר פארן היתר פון אפרים שטערן איבערצודרקען די ספרים?

איך ווייס אז בית דין העדה החרדית אינפארסירט אלעמאל זייער שטארק השגת גבול ביי ספרים אין גיט ארויס עיקולים אויב איינער דרוקט בלי רשות.

וואס איז דברי יואל אנדערשט? אפשר ווייל ר' יוסל איז נישט קיין יורש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זענטער יענקי, האט שוין צוויי עיקל'עך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext