בית פורומים כל העולם כולו

כ"ק אדמו"ר מגלאנטא שליט"א נעמט א צד?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/5/2006 00:03 לינק ישיר 
כ"ק אדמו"ר מגלאנטא שליט"א נעמט א צד?

אין דער איד שטייט אז כ"ק אדמו"ר מגלאנטא שליט"א גייט רעדן ביי די קיום התורה פון די סיגעטער.

מיינט דאס אז ער האט גענומען א צד?.

איך וויל אים נישט איינטיילן חלילה, און אוודאי נישט טעראזירן, אבער אזוי ווי היינט נאכט קומט פאר די גמר הבנין מסיבה פאר גלאנטער ביהמ"ד, און אלס מתפלל קבוע אין גאלאנטא און שטארקער מעריץ פון הגה"צ מגלאנטא שליט"א, האב איך אנגעגרייט א סכום הגון צו טראגן היינט נאכט, אבער אויב איז עס אמת אז ער גייט דארט רעדן זינטאג קען איך במחכ"ת נישט געבן דאס געלט ווייל איך קען נישט שטיצן א נותן יד לפושעים.

נאכאמאל, איך וויל אים נישט איינטיילן וואס צו האלטן, אבער איך וויל נישט איינער זאל מיר איינטיילן



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 00:44 לינק ישיר 

איך וויל פארשטיין אויב איינער גייט רעדן ערגעץ הייסט אז ער האט גענומען א צד אהער אדער אהין זיי נישט קיין קליין קינד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 00:55 לינק ישיר 

He is afraid he will lose his Job in Hisachdus



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 00:56 לינק ישיר 

איך האב נאר געפרעגט,

און יא, ווייל מ' פארלאנגט זיכער ער זאל דערמאנען דעם ממלא מקום, און ער ווייסט דאס און דאך גייט ער, מיינט אז ער האט גענומען א צד.

אזוי האלט איך, אפשר בין איך נישט גערעכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 01:01 לינק ישיר 

The Galante Rabbi has a big problem he wants to play it neutral but in the same time he has to save his back as if he will give a bit more for the aroinim he will lose his job



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 01:26 לינק ישיר 

ער קען רעדען און נישט רעדען קיין איין ווארט פון א ממלא מקום.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 05:14 לינק ישיר 

ער זאל בעסער נישט רעדן
אז ער איז נייטראל,

ער וועט מער פארלירען ווי באקומען,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 12:21 לינק ישיר 

רבינו הקדוש בעל דברי יואל זצ"ל האט געזאגט צי א רב וואס האט געוואלט גיין רעדען ביי די אגודה קאנווענשען , זאגענדיג פאר רבינו הקדוש אז ער וויל נאר אויפטין פאר יודישקייט מיט זיין דרשה. האט עם רבינו הקדוש גענפערט : " איך בין מסכים די זאלסט גיין אויב די וועסט רעדען וואס איך הייס דיר" דער רב האט פארשטאנען דעם ווינק אין ער איז נישט געגאנגען צי די קאנווענשאן........ תן לחכם ויחכם.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 13:49 לינק ישיר 

עס איז שוין געקימען די צייט צי גרינדען אן אייגענעם רבנישע ארגענעזאציא אינטער הדרכתו פין אינזער גדול בתורה רבינו שליטא וואס באשטייט פין דיינים וואס שטייען נישט אינטער טעראר ,אין אויך פין די וואס זענען אויפגעוואקסען אין די מוסדות פין רבינו שליטא. באשר ביז וויא לאנג די קארופטירטע היתאחדות ארגענעזאציא לעבט, האלט דער ספרא דדיינא.... אין זיין ועד בעליי בתים (כדלקמן) א חרב חדה אויף די רבנים וואס זענען שוין דארט לאנגע יארען אין ער טוט די רבנים טערארעזירען אין די רבנים פאלגען עם וויא גיטע קינדער.... מיר האבען אלע אצינדער געזעהן ווער זענען די ריכטיגע בעליי בתים פין די קוראפטירטע ארגענעזאציא, אין ווער עס איז די אמתדיקע אוחז ביד..... מהאט געקענט זעהו די ספרא דדיינא ציזאמען מיט בן פראדעל אין די אליעזר=משה קאליציא תחת רבינו הקדוש והטהור רשכבה"ג כ"ק רבינו מזענטע שליטא..... וויא זיי האלטען זייער חוזק הספד אויף רבינו זצל , אין אנשטאט רעדען פין גדלות פין רבין האבען די לצנים זיך אפגעשמיסט אז דער ספרא דדיינא וועט לעקען אין משבח זיין אליעזר =משה ...... אין זיי די לצנים וועלען מאכען א בירכת גומלין אין משבח זיין דעם ספרא דדיינא=MONEY TALKS .... אין זעלבס פארשטענדלעך אז די ועד בעל בתים הנ"ל זענען די וואס שאקלען מיט די לולב...... צים היינטיגען טאג דארף שוין יעדען וואס איז א גיטער ידיד פאר די חסידיי סאטמער האמיתית אליין פארשטיין,אז דארט וויא עס געוועלטיגט בן פראדעל, אין ער איז דער פיורער.... האבען דארט אינזערע רבנים אין ידידים נישט וואס צי זיכען!! דער אלטער כלל איז גילטיג הלנו אתה או לצרינו............



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 14:37 לינק ישיר 

איך וויל נאר פרעגן א פראגע, נעמטס מיך נישט ערנסט

איז א רב אדער סיי וועלכע רעדנער מער נישט בארעכטיגט אן צו נעמן צו רעדען ביי א דינער סתם אלס א געלאדענטער גאסט רעדנער?

איז דער גאלאנטער געגאנגען צו זאלי מיט א קוויטל? איז ער געגאנגען צי זיין טיש? איז ער "נישט" געקומען צום רבי'ן מנחם אבל זיין?

מען האט אים גערופן רעדען צו א דינער, גייט ער רעדן, מה כל הרעש. גאנץ מעגליך אז ער איז עפעס שולדיג פאר 82, געלט אדער אנדערע טובות און ער צאלט צוריק מיט א דרשה.

ווען דער חוסטער גינזבערג האט גערעדט ביי אונזער דינער פון די ישיבה א פאר יאר צוריק איז ער עפעס געווארן אונזערס? און אויפריכטיג גערעדט, ווי גוטער רעדנער ער זאל נאר נישט זיין, איז איינער אפילו נייגעריג אין אים? מען רופט א רעדנער רעדן, רעד אפ, און לך לחיים ולשלום

דאס איז אלעס בנוגע דעם גאלאנטער

יעצט בנוגע אונז

עס איז שוין צייט מיר זאלן זיך אויסלערנען נישט צו באקימען חולשת הדעת פון יעדן נפיחה'לע

ח"ו, איך וויל נישט אזוי באצייכענען דעם גאלאנטער, ער איז א תלמיד חכם בנגלה ובנסתר

אבער פארוואס דארפן סאטמארע מענטשן, וואס באלאנגען צו די גרעסטע קהלה אין די וועלט, ווערן אזוי סענסיטיוו ווען עפעס א קליין רעוועל טוט אזוי צו אזי

זאל ער רעדן וואו ער וויל און הו די העל קערס, וועט ער דען עפעס קלענער מאכן אונזער קהלה ווייל היינט באשליסט ער אזוי און מארגן אזוי?

איך מיין אז דער גאלאנטער זאל זיך מער צו קראצן וואס מיר טוען, אדער וואס אונזער רבי טוט, ווי מיר זאלן זיך צוקראצן וואס ער טוט






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 15:32 לינק ישיר 

מענטש, וועלקאם טא דע געים, וואטש אט, נאך אביסל ביזטו שוין א אויבער חכם, און נאכדעם א זאלי!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 16:44 לינק ישיר 

מענטש,
אבסולוט, אז מ'רעדט ביי יענמס דינער פאטנריזירט מען עס, דירעקט צו אומדירעקט,

טאמיר איז עס פרנסה...
למשל א בדחן אדער א שפילער
דעמאלס איז נישט שייך
און ביסט גערעכט

אבער דא גלייב איך נישט ס'איז פרנסה...
עפעס ליגט דא באגראבן טיפערס,

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 17:05 לינק ישיר 

יעדער דארף און ברויך זיין אפגעהיטן אין כבוד תלמיד חכם, און אכטונג געבן ווען מען שרייבט פון א ת"ח

למעשה איז אזוי,

עס איז א פראגע, איבער גאלאנטער רב שליט"א אלץ אים פערזענליך, און אלץ התאחדות הרבנים

עס איז א פראגע, איבער זיין התחייבות צו אונז פערזענליך און אלץ התאחדות, און אונזער התחייבות צו אים

אבער קודם אן הקדמה,

עס איז גאנץ קלאר, אז  איצט אין טעג און וואכן נאך די פטירה פון רבינו בעל ברך משה זי"ע, איז יעדע פעולה מער זאגבאר און זאגנ'דיג ווי סתם א צייט, ממילא יעדע שריט יעצט איז מער בולט, און זאגט מער, דעריבער איז עס מער מחייב

יעצט צוריק צו ענין

גאלאנטער רב שליט"א איז אונז נישט ספעציעל שולדיג, [אפשר איז דא עפעס וואס איך ווייס נישט], און די זעלבע צייט זענען מיר אים גארנישט שולדיג [אויך איז אפשר דא וואס איך ווייס נישט], דעריבער איז גאלאנטער רב שליט"א בארעכטיגט צו גיין און קומען ווי ער וויל

אבער, עס איז קלאר, [איך גלייב נישט אז איך וועל זיין 'ראנג' מיט דעם] אז אויב וועט ער רעדן דארט, וועט ער רעדן פון דער ארטיגן רבי -  רז"ל - די פראגע איז נאר וויפיל, ממילא איז קלאר אז סוף נאכט פון זייער מסיבה וועט ער האבן גענומען א שטעלונג

יעצט צו התאחדות, התאחדות איז אונז זייער אסאך שולדיג, יעדעס מאל וואס מיר האבן עפעס געבעטן פון רעבע איצא האט ער אונז קיינמאל גארנישט געגעבן, און פון די צווייטע זייט ווען די זאליס האבן אים עפעס געבעטן האבן זיי דאס באקומען, ועל כולם, פילע זאכן וואס זענען געגן קלארע הלכות אין שולחן ערוך, ווער רעדט שוין פון פארשמיצן התאחדות, און ווילאנג די רבנים ווי גאלאנטער רב שליט"א זיצן דארט  און שפילן א מיינונג, און ווילן נהנה זיין פון די קאמפאני זענען זיי שולדיג אלץ מיטשפילער, ווילאנג זיי דערקלערן נישט פארקערט ווי הגר"מ זילבער שליט"א האט שוין געטאן אומצאליגע מאל

פון די צווייטע זייט, ווייס איך נישט וואס מיר זאלן שולדיג זיין פאר התאחדות, אויב עפעס רעכענען מיר זיך צופיל מיט זייערע דעת תורה'ס

איז דעריבער, יעצט ווען די קהלה ווערט אויפגעפרישט און ווידער ארגענעזירט, דארף איינס פון די וויכטיגע יסודות זיין, אז מיר בעטן גארנישט פון קיינעם און קיינער איז אונז גארנישט שולדיג און מיר זענען גארנישט שולדיג פאר קיינעם, אבער נאך א זאך, וואס איז פיל וויכטיגער, דער עבר האט געוויזן אז מען קענען נישט לעבן מיט צוויי געגענגעזעצטע זאכן, ווי דינען צוויי פארקערטע פארטייען אויף איינמאל

איז דעריבער, דארפן מיר קלאר שטעלן פאר אלע רבנים, אלץ זיי פערזענליך און בעיקר אלץ קערפערשאפטן, מיר ברויכן ברוך השם צו קיינעם נישט אנקומען, און מיר זיכן דאס אויך נישט, אויב ווילט איר מאכן א שותפות לשם שמים מיט אונז, דאן האבן מיר איין תנאי און נאר איין תנאי, אדער מיט אונז, אדער נישט מיט אונז, דאס קומען דא, און נאכדעם גיין דארט אפצאלן, צו פארקערט גייט דארט און נאכדעם לעקן דא, ברענגט נאר קאפווייטאג, און נאר אזוי וועלן מיר זיך פארשפארן אומצאליגע אומזיסטע קאפ וויי

איז דעריבער, יעצט ווען די צייט איז נאך הייס, און יעדע פעולה איז א סטעיטמענט, צו איינער וויל דאס איינזעהן און אנארקענען צו נישט, איז ווען גאלאנטער רב שליט"א, אלץ גאלאנטער רב און אלץ התאחדות, ווען ער גייט צו די זאליס - און וועט אוודאי באזונגן רז"ל - דערקלערט ער טריישאפט פאר די זאלי'ס, ער בארעכטיגט זיי, ער מאכט זיך לעגעטים - איך ווייס אז עס וועלן זיין דא וואס וועלן שפילן בת היענה, איך וואונטש זיי אלעס גוטס - דעריבער קען ער נישט נאכדעם, און מיר וועלן אים נישט לאזן, שפילן דעם הין און צוריק שפיל, ער איז בארעכטיגט צו האלטן וואס ער וויל, ווי געשריבן ער איז גארנישט שולדיג,  אבער מיר ווילן נישט נאכדעם שפילן דער נארישן שפיל

איז דעריבער, איך האלט נישט אז מען מעג בארעדן דעם גאלאנטער רב שליט"א, אבער ער מוז פארשטיין, אז נאך די מסיבה וואס ער וועט דערקלערן זיך אלץ א שטיצער פון יענע פארטיי, איז זיין מיינונג איז מער נישט מחייב [כלשונו פון הגר"א לייטנער שליט"א על קאשויער רב ז"ל] און סיי ער און סיי התאחדות, זאל גיין מאכן ביזנעס געשעפטן מיט אנדערע אונז זאל זיי אפלאזן,

עס מיינט נישט און עס טאר נישט מיינען אז מיר דערקלערן ח"ו קריג קעגן אים, אדרבה אז ער וועט קומען נאך געלט, וועט מען אוודאי געבן א נתינה הגונה, אבער נישט אז מען איז אים עפעס שולדיג, ער לעבט ער מעג לעבן, ער זאל לעבן עמו"ש, ער זאל אונז אבער אויך לאזן לעבן

אדרבה, וואס זאגט איר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 17:12 לינק ישיר 

  100פראצענט גערעכט, איך האב נישט געזאגט אז מ' זאל אים עפעס טון, איך וויל אבער אזא איינעם נישט שטיצן, זאל ער באשליסן וואס עס לוינט זיך אים ענדערש.

דאס וואס די זאגסט ער גייט רעדן ווייל מ' האט אים מכבד געווען איז פאלש, וועט ער דען גיין רעדן ביי א אגודה קאנווענשן, א רב קען נישט גיין רעדן אויף א פלאץ וואס איז נישט לרוחו אפילו מ' באצאלט אים.

און דאס איז די טאקטיק פון די סיגעטע אריין צוכאפן רבנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 17:30 לינק ישיר 

דעבאטירן,
זייער גיט, ! ! !
נאר איין זאך איז לדעתי וויכטיג צו וויסן,
לא הרי זו כהרי זו, ס'איז א גרויסע נפקא מינה פון גיין צו ביידע פארטייען, ווי צו נעמען אן אקטיווע
ראלע ווי צו רעדן און קאמפעינען פאר איין צד, יעדער רב, רבי, דיין, אדער שיינער איד, ובפרט אזעלעכע
וואס לעבן פונעם ציבור, מעג און אפשר גאר דארף, גיין צו ביידע, ער מיינט דאך נישט יענעם, ער
מיינט דאך נאר זיך, פונקט ווי א סוחר וועט נישט זאגן פאר איינעם, איך קען דיר נישט פארקויפן
ווייל דו באלאנגסט צום צד השני, ער מיינט דאך נאר פרנסה, סא, היינט קומט ער אהער, מארגן
גייט ער אהין, און ביני לביני איז ער נהנה פון יעדן,  און ס'איז זיכער אז ער פארדינט נישט מען זאל
עם חלילה באשטראפן דערוועגן.

אבער איינער וואס נעמט א עמטלעכע שטעלונג, גייט רעדן דארט, קאמפיינען און פראמאטן זייער צד, דער נעמט
קלאר א שטעלונג, און כאטש יעדער איז בארעכטיגט אפצומאכן ווי ער וויל באלאנגען, אבער פונקט אזוי איז
יעדער בארעכטיגט וועמען ער וויל שטוצן, אמת, מבזה זיין און מבייש זיין, און אוודאי פערזעלטליך מצער זיין,
טאר מען זיכער קיינעם נישט, אבער ס'איז א ווייטער מהלך פון מבזה זיין ביז שטוצן.  כן נראה לפענ"ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 18:03 לינק ישיר 

יענקעלע

מסכים און נישט מסכים

מסכים
אמת, גיין צו א מסיבה, באשיינען א אויבנאן, האלטן א  רעדע מיינט נישט קיין סאך, בעסער געזאגט עס מיינט נישט גארנישט

נישט מסכים
די כלל איז נאר אין פרידענס צייטן, יעצט איז א האקעלע צייט, א אנגעצויגענע צייט, א הייסע צייט, בפרט ביי די זאלי'ס, וואס יעדער זעהט קלאר און באשיינפעריך אז די וועלט האט זיי נאכנישט אנארקענט פאר רבי, ווער רעדט אז רובא דרובא וועלט ווייסט קלאר א דער גאצער ציבור פון רבינו בעל ברך משה זי"ע איז ביי אונז, איז ממילא גיין איצט און באשיינען דעם אויבנאן און נאך האלטן א רעדע, [וואס אויב ווייל ער נישט פיזישע פעטש וועט ער רעדן בשבחו פון רז"ל אין גרויסן] מיינט, און עס מיינט גענומען א שטעלונג

ביזטו צוריק מסכים מיט מיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כ"ק אדמו"ר מגלאנטא שליט"א נעמט א צד?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext