| נשלח ב-26/5/2006 19:45 |
|
| |
רמ"מ טירנויער: זייט נישט מבזה די תורה הקדושה !
אין נאמען פון די הייליגע תורה הק' ולומדיה, בעטן מיר זיך ברחמים ותחנונים צו הגרמ"מ
טירנויער, נעמט אראפ דעם האק פון תורתינו הק' !!!
וואס וועלן מיר קענען ענטפערן פאר אונזערע קינדער, והי' כי יאמרו אליכם בניכם, ווי געשיקט זיך
דאס א איד וואס איז כל ימיו געזעצן על התורה ועל העבודה, זאל פאלן אזוי נידריג ?!
וויאזוי האט אייער האנט נישט געציטערט צו שרייבן פאר עטליכע יאר צוריק די געמיינסטע לשונות
אקעגן ראשי קהלתינו הק', פארן איין און איינציגן חטא וואס זיי האבן געארבעט מיט אלע כוחות
להציל עשוק מיד עושקו, און פרובירט אלע מיטלען צו צווינגען די רשעים זיך צו שטעלן פאר אן
אומפארטייאישן בי"ד ?!
וואו איז דאן געווען דער רמ"ע מפאנו ?
צו פארמאגט די תורה הק' א דאפלטן סטאנדארט ?! איז דא א זאך וואס איז פאר איינעם אסור און פאר
א צווייטן מותר ?!
צו נאר ווען עס רירט צו אייער כבוד המדומה, דאן נעמט איר זיך די פילע רעכטן צו נוצן יעדן היתר
וואס איז דא בעולם, און ווען אנדערע טוען אקוראט די זעלבע זאך, דערצו מיט א געהעריגן רשות
בי"ד, ווערן זיי פארשריגן און פארשעמט ווי געמיינע לעצטע קלאס מענטשן ?!
איך ווייס אז איר האט א פראבלעם, חז"ל האבן אונז שוין געלערנט אז "הקנאה והתאוה והכבוד
מוציאין את האדם מן העולם", און אז דאס איז מעוור עיני חכמים ומסלף דברי צדיקים.
אבער אין נאמען פון די הייליגע תורה וואס איר האט געלערנט אזויפיל יארן, בעטן מיר זיך ברחמים,
טוט כאטש יעצט פארריכטן די עוולה נוראה !
לייגט די בושה אין די זייט, און זייט מודה ברבים "טעיתי" ! מודים דרבנן היינו שבחייהו
!
זאגט ארויס דעם אמת בפני כל עם ועדה, אז ראשי קהלתינו האבן געהאט אלע רעכטן צו גיין לייגן אן
עיקול בערכאות מיטן ציל אנצוקומען צו א די"ת בזבל"א ! זיי האבן קיין שום איסור נישט עובר
געווען, אדרבא, זייערע פעולות זענען גאר געווען א הצלת התורה, צו ראטעווען דעם כבוד פון דיני
תורות וואס איז אזוי מיאוס פארשוועכט געווארן דורך די מסרבים לדין !
און אדרבא, נוצט אייער גאנצע השפעה אינעם לאגער פון די מסרבים לדין, און זעט אז זיי זאלן
ענדליך אויפהערן מיט זייער הרמת יד בתורת משה, און זיך שטעלן צו דין תורה בזבל"א וזבל"א,
אזויווי די תוה"ק פארלאנגט !
תוקן על ידי - בא_ללמד - 26/05/2006 19:47:25
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 19:48 |
|
| |
KJAlliance:
ואס זאל איך אייך זאגן
דער שרייבער פון דעם "היתר" וויל נישט קיין זילותא דבי דינא, איך וויל אויך נישט
נאר פרעגן איין קשיא וויל איך יא
אלעס פארשטיי איך, להלכה מעג מען מעקל זיין ווען מען וויל גיין צו דין תורה, אמת
להלכה דארף מען אבער גיין צו דין תורה, פיין, קען זיין ער וויל גיין, לאמיר זעהן ווען און וואו
איך פארשטיי אויך, אז מען מעג מעקל זיין, אויפן חשש אז יענע וועלן איבערשרייבן די בנינים פון
היינט און שפטער
און איך וועל נאכגעבן אז די היתר גייט, כאטשיג מען האט 'שוין איבערגעשריבן' און די חשש איז אז
מען גייט עס 'נישט' צוריקשרייבן
איך פארשטיי אויך אז ווען סאטמאר האבן 'שוין גערופן' די זאליס צו דין תורה דאך האט סאטמאר
נישט געמעגט מעקל זיין, ווייל 'הא לן והא להוא'
איך פארשטיי אויך, אז כאטשיג סאטמאר האט שוין גערופן צו דין תורה, און די זאליס האבן שוין
אנגעהויבן צו איבערשרייבן, און האבן געוואלט אין עתיד מער איבערשרייבן דאך האט סאטמאר נישט
געמעגט גיין מעקל זיין בערכאות, ווייל 'הא לן והא להו'
איך פארשטיי אויך אז די "זעלבע" ווערטער פון הייליגן רמ"ע מפאנו זצ"ל קען מען טוישן לויט
וויאזוי מען וויל, ווייל 'הא לן והא להוא'
אבער פארוואס דארף מען מאכן פורים א וואך פאר שבועות, אדרבה זאל מיר איינער איבערטייטשן די
פאלגענדע ווערטער
........ומכרו אותם לקהלה אחרת שאין להם חלק ונחלה בקהלתינו מאז
ומקדם.........
ווייל לויט ווי מיין מלמדים האבן מיר געלערנט לשון קודש, קען עס נישט מיינען אנדערש ווי אז
דער וואס האט געשריבן די שורות, איז ביי אים איצט א וואך פאר פורים, אדער איז שוין אינמיטן פורים
אדרבה ילמדנו...
תוקן על ידי - בא_ללמד - 26/05/2006 19:50:57
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 19:58 |
|
| |
בא ללמד האט עס אייזן ארויסגעברענגט.
איך ווייס נישט וואס ס'וועט זיך אויסקאכן אין מאנטריאל, אבער איין זאך איז זיכער: מיר האבן יעצט באקומען א קנאקעדיגן היתר צו מעגן פארבלייבן אין ערכאות...
מיר האבן שוין געהאט איין היתר. יעצט האבן מיר צוויי. דאפלט איז שטערקער.
ישר כח ר' משה מנחם.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 20:24 |
|
| |
בא ללמד
ווי קען מען זען ר' משה מנחם'ס בריוו?
תוקן על ידי - כל_העולם - 29/05/2006 1:59:45
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 20:34 |
|
| |
העי, קודם שלום עליכם קעי דשעי אלייענס, קימסט זיכער פין א ווייטען וועג, שוין לאנג נישט געזען
פין קימט די לה"ק ווערטער וואס די שרייבסט?? פיוט פין שבועות?? דאס א בריוו וואס איינער האט געשריבען????
לייג ארויף די בריוו!!
נ.ב. די ווידלעש האט שוין לאנג נישט געהערט פין די אלייענס
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 20:37 |
|
| |
גענומען פין חדשות סיגעט

|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 20:51 |
|
| |
יעצט ווייסט עטץ שוין וואס היפאקריסי מיינט?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 21:02 |
|
| |
באקומען אין אישי:
בין המצרים:
איך האב נישט קיין רשות כתיבה דא אבער-- איך פארשטיי נישט פארוואס קיינער איז נישט מדגיש אז דער בעל ההיתר פסקענד אויפען צד השני "אינשי דלא מעלי" "איבערגעשריבען ע"י זיופים" פאר ער האט געהערט זייערע טענות עס איס נישט טעה בדבר משנה נאר טעה בדבר תורה , ווי אזוי איז אזא איינער כשר לדין און פאסקענען איין היתר צו גיין אין ערכאות
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 21:03 |
|
| |
בין המצרים:
היפאקריסי מיינט ווען רזל פיליפ אסר'ט דעם בלאט ,וויינט ביי א לוי אז שילדיג איז אז וויזניצע חסידים ליינען דעם המודיע און און אויף זיין אייגענעם'ס קהל'ס צייטונג זעט ער גארנישט שלעכט "כרמי שלי לא נטרתי"'
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 21:04 |
|
| |
מ'קען זאגן א לימוד זכות אויף ר' משה מנחם.
ערשטענס: ס'קען זיין אז די רמ"ע מפאנוי, האט ער הערשט געלערנט מיט א וואך צוויי צוריק, און ביז היינט האט ער טאקע נישט געוויסט פון די הלכה, און עס קען גאר זיין אז מיר וועלן - און צוגאב צו די ביז יעצטיגע היתר- אויך יעצט באקומען א היתר פון ר' משה מנחם....
צוויייטענס: ער קען זיך נאר אויס מיט די קאנאדישע געזעצען און די קאנאדישע קאורט'ס,
ער האט געמיינט אז ווען מ'גייט און ניו יארק און קאורט, מיינט אז מ'מסור'ט יענעם, און דער יעניגער גייט חלילה זיצן און תפיסה לעבנס-לענגליך, ער האט נישט פארשטאנען אז מ'גייט נאר אפהאלטען די אנשי בלי יעל אז זיי זאלן נישט קענען טוען מיט די נכסי הקהלה כעולה על רוחם,
ער איז נישט שולדיג, ער לערנט א גאנצען טאג, ער דארף נאך קענען די ניו יארק'ע קאורט סיסטעם אויך ??
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 21:09 |
|
| |
טאקע דערפאר האב איך געבעטן אז ער זאל יעצט מודה זיין "טעיתי".
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 22:58 |
|
| |
איך מיין אז די ריכטער אין מאנטריא' דארף ווערן דיין אנשטאט הרב טירנויער.
די ריכטער האט נעכטן פארגעהלטן די הולכי בערכאות ברשות הרב טירנויער פארוואס זיי גייען נישט
צו קיין דין תורה, דאס באלאנגט נישט אין קיין גוישע געריכט עס איז א בושה פאר ענק דא צו זיין
האט דער ריכטער געזאגט.
אויך איז כדאי צו וויסן.
אז די הולכי בערכאות אין מאנטריא' זענען נישט נאר געגאנגען בעטן און TRO אזוי ווי די היתר פון
הרב טירנויער זאגט, נאר זיי זענען געגאנגען גהעריג אין געריכט מיט תביעות.
נעכטן נאכט האט הרבני הנגיד ר' מ. א. געפרעגט הרב טירנויער ווי אזוי ער לאזט גיין אין קארט,
האט ער גענטפערט אז פושעים מעג מען ריפן אין קארט.
תוקן על ידי - כל_העולם - 29/05/2006 2:00:49
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2006 01:28 |
|
| |
אה גוט מארגען יעצט וועקט עטץ ענק אויף....
און וואס איז מיטן היתר פונעם פורים דיינות אין וויליאמסבורג אין די נו"ן יארען צו ערכאות אנטקעגן אשת חבר רביה"ק בעל דברי יוא-ל זי"ע! יא! היפאקריסווע אין פולען מאס! א שיינעם קלארן היתר ערכאות דעמאלס אונטערגעשריבן פון אלע טשיף ראבייס פונעם לשכה בראש פונעם באוואוסטען בעל עירוב לערילי פולין להוציא הפארענטשעס בשבת לרחוב.... ווער עס האט נאך א קאפיע פון דעם איז מכובד ארויפצולייגן,
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2006 02:22 |
|
| |
באמת בין איך געווען מוחלט אז איך גיי נישט אפענטפערן די אטאקעס מיט מיאוסע לשונות פון "בא ללמד", וואס קען נישט סובל זיין (און מיט רעכט) אונזער דיין הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א.
די סיבה פארוואס איך האב עס נישט געוואלט אפענטפערן, איז געווען ווייל ווער עס האט די זכיה צו זען די עבודת הקודש פונעם דיין, ווייסט אז ער איז א איד וואס ברענט פאר כבוד שמים, ער ברענט פאר א מצוה. און יעדער פארשטייט אליין אז ווען דער דיין גיט ארויס א פסק הלכה און א הוראה למעשה וויאזוי די קהלה דארף זיך פירן, האט ער דאס אדורכגעטראכט טויזנט און איינמאל, און האט זיכער געמאכט אז דאס איז דער ריכטיגער וועג על פי תורה וואס מען דארף יעצט טאן.
ממילא אז עס קומט א היידפארק שרייבער "בא ללמד" און פארמעסט זיך מיט אזא גאון וגדול בתורה ווי דער דיין, איז ווער בין איך זיך בכלל אריינצומישן.
אבער אזוי ווי איך האב באקומען אין תיבה אישית מערערע ביטעס פארוואס איך ענטפער נישט, און עס קוקט אויס כאילו יעדער איז פארשטומט פון בא ללמד'ס אטאקעס, האב איך געטראכט אפצושרייבן אפאר נקודות, כאטש איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין דעם חלק ההלכה פון דיני ערכאות און אויף דעם מוז איך מיך פארלאזן אויפן דיין.
1) קהל יטב לב דסאטמאר מאנטריאל באשטייט נישט פון "זאליס" ווי די רופסט עס, נאר אין די קהלה זענען אלע צדדים פארטראטן. און אלע פה אחד האבן איינגעזען אז ס'איז נישטא קיין וועג מיט די גנבים, און אויב מען וועט נישט מעקל די נכסים, וועט ער זיך גארנישט אפהאלטן פון מאכן פרישע שאדנס.
2) דער רב פון די קהלה כ"ק הגה"צ ר' דוד מייזליש שליט"א איז אויך נישט קיין זאלי. און ער שטיצט דעם מהלך וד"ל.
3) דער רבי פון קרית יואל, האט קלאר געזאגט אז די נכסים מוזן צוריקגיין אזוי ווי ס'איז געווען, ווייל ער וויל נישט עובר זיין אויף לא תגזול ולא תחמוד.
4) דער גנב יצחק ראזנבערג פארטרעט נישט קיין שום צד אין מאנטריאל, ער איז א פשוט'ער גנב וגזלן.
5) קהל איז גרייט געווען נאכצוגעבן פארשידענע זאכן אבי צו סעטלען די זאך בדרכי שלום, און זיי זענען איבערצייגט געווארן אז ס'איז נישט מיט וועמען צו גיין צום טיש, מען האנדלט מיט פשוט'ע לצים און גנבים.
6) די פרטים וואס עס טוט זיך אין ניו יארק בין איך נישט אזוי אויסגעקאכט, אבער עס איז ביי מיר קלאר אז ווען הגה"צ ר' געציל בערקאוויטש שליט"א דער דיין פון קרית יואל, אדער סיי וועלכער אנערקערטער פוסק, וואלט זיך אויפגעשטעלט און אפגעשריבן א תשובה אז ער האט דורכגעטאן דעם ענין און ער נעמט אויף זיין אחריות אז עס איז נישטא קיין אנדערער אויסוועג נאר צו גיין בערכאות, שטעל איך זיך פאר אז עס וואלט געווען אינגאנצן אנדערש דער בילד.
7) עס איז קלאר דא הלכות אין שלחן ערוך, און אין תשובה ספרים ווען מען קען אדער מען דארף גיין בערכאות, און אז אזא אנערקענטער פוסק ווי אונזער דיין פסק'עט אז אין דעם פאל מעג מען גיין, איז נישט קיין שום ספק אז מען מעג, און דער דיין האט שוקל געווען אלע צדדים, און געמאכט זיין החלטה כדת של תורה.
8) איך ווייס פאר א פאקט אז עס איז געווען אן אנדערער מהלך (איך וויל נישט ארויסשרייבן די פרטים) וואס מען וואלט שוין יעצט געקענט האלטן נאך די גאנצע זאך, און עס זענען געווען אנדערע פוסקים מיט וועמען דער דיין איז געווען אין קאנטאקט וועלכע האבן געהאלטן אז מען מעג, און דאך האט דער דיין מחמיר געווען, אויף דערווייל, נאר צו גיין נעמען אן עיקול.
9) סתם פאר אינטרעסאנטקייט איז גוט צו וויסן אז איינער פון די גדולי הפוסקים בדורינו מיט וועמען דער דיין האט דורכגעשמועסט דעם ענין, ווערט אנערקענט דורך אלע סאטמאר'ע צדדים אלס גדול בתורה, און יעדער פאררופט זיך אויף זיינע פסקים.
10) איך וויל צולייגן נאך א נקודה, אז אינעם ניו יארקער סכסוך, האט דער דיין אויך אריינגעלייגט כוחות עצומות, פון הונדערטער שעות, צו פרובירן ארויסצונעמען דעם סכסוך פון ערכאות.
11) דער דיין איז פונקטליך דורכגעגאנגען וואס מען זאל אריינשרייבן אין די פאפירן, און וואס מען זאל טענה'ן שפעטער. עס איז אמת אז די קאנאדישע געזעצן זענען מיט פארשידענע פרטים אנדערש ווי די אמעריקאנער, און לויט דעם האט מען אויסגעשטעלט די טענות.
12) דאס וואס שור שנגח שרייבט וועגן דעם ריכטערס ווערטער, זענען סתם שקר, אדרבא האט ער האט זייער גוט ארויסגעהאט דעם אמת, און טאקע דערפאר האט ער מחליט געווען אז שטאטוס קווא קהלה איז דער צד פון מאנטריאל, כאטש מנחם ליבערמאן האט גע'טענה'ט אז ער איז שוין 2 יאר ראש הקהל....
13) דאס וואס ער שרייבט אז דער דיין האט געזאגט אז די גנבים זענען פושעים, קען איך נאר אזויפיל צולייגן אז דער דיין און די הנהגת הקהלה ווייסט ליידער פון אסאך פשעים וואס די גרופע גנבים האבן אפגעטאן בעבר. נישט אומזיסט האט דער יצר הרע אויסגעקליבן דוקא זיי אנצוצינדען אזא פייער פון מחלוקת, שנאת חנם'ס, ביטול תורה דרבים, חילול השם'מס און אזוי ווייטער. זיי האבן אסאך עבירות געמוזט אפטאן צו באקומען אזא עונש.
איך ווייס אז בא ללמד וכיוצא בו וועלן ווייטער אטאקירן דעם מאנטריאלער דיין שליט"א, מיט א ריכטיגן שנאת עם הארץ לתלמיד חכם. זיי וועלן פרובירן צו פארגלייכן עפל צו רעטעך, ואם אין דעת הבדלה מנין.
אבער מיר מאנטריאלע אידן קענען נישט גענוג לויבן און דאנקען השי"ת אז מיר האבן די זכיה נהנה צו זיין (און כאפן פסקים) פון אזא גרויסן אור ווי דער דיין.
אשרינו מה טוב חלקינו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2006 07:20 |
|
| |
קאנאדא/מאנטריאל/קוויבעק, און אלע אנדערע נעמען דיינע.
איך פארשטיי דיין ווייטאג, איך זע דיין צער, "נעבעך געגעסן פארשטונקענע פיש און פון שטאט
ארויסגעווארפן", די בריוו וואס ר' משה מנחם טירנויער האט געשריבן וועגן די היתר ערכאות איז
ווערט פאר זיך מיליאנען דאלערס, אסאך אסאך מער ווי גאנץ מאנטריאל (איך הער יעצט אז די גאנצע
ציל פון איבערשרייבן מאנטריאל איז געווען אז ר' משה מנחם זאל געבן אזא אדער ענליכע בריוו!), ער
ווייזט קלאר אז די תורה האט ביי אים א DOUBLE STANDARD, ער דרייט מיט די תורה וויאזוי ער וויל.
ס'איז נישט די רעדע אויב ער האט יא גערעדט צו א ת"ח, און וואס ר' געצל בערקאוויטש האלט (וואס
דו ווייסט זייער גוט וואס ער האלט), די שאלה איז איין זאך, וואס זאגט די תורה?
די תורה פון תשס"א איז פונקטליך די זעלבע, נאכאמאל, פונקטליך די זעלבע, ווי די תורה פון
תשס"ו, דאס אז מ'האט יעצט אייגענע נגיעות טוישט נישט די הלכה. אויב איז מען דעמאלטס געווען א
מסור פאר גיין אין קאורט נעמען א עיקול, איז מען יעצט אויך א מסור.
און די עכטע אמת איז אז נישט יעצט איז מען א מסור, און נישט דעמאלטס איז מען געווען א מסור,
אבער ר' משה מנחם פאר זיך איז נישט מער ווי א פשוטער היפאקריט.
זיין גאנצע תורה איז גארנישט ווערט, מ'וועט אים נאך שמייסן פאר יעדע מינוט וואס ער לערנט!
תוקן על ידי - כל_העולם - 29/05/2006 2:02:22
 |
|
|
|
|
|