בית פורומים כל העולם כולו

רבינו שליט"א שב"ק במדבר אין וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/5/2006 21:49 לינק ישיר 
רבינו שליט"א שב"ק במדבר אין וויליאמסבורג

דעם היינטיגען שב"ק פרשת במדבר וועט כ"ק רבינו שליט"א וויילן אין וויליאמסבורג,

די תפילות וערכות השלחנות וועט פארקומען אזוי ווי די פארגאנגענע מאל,
אינעם גרויסען שאטער אינעם הויף פונעם גרויסען ביהמ"ד אויף הופפער סט.

אויך וועט מען האבן די זכיה די וואך, אז רבינו שליט"א וועט פארלערנען פרקי אבות, שבת נאכמיטאג.

די גזעגענען ביי רבינו שליט"א די קומענדיגע וואך זונטאג,
וועט - צילוב די דינער לטובת מוסדות יטב לב - זיין אי"ה ביי רבינו שליט"א אינדערהיים אויף 152 יוז סט.
פון 4:00 אזייגער ביז 7:00 אזייגער,
נישט אזוי ווי געווענדליך פון 8:00 אזייגער.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 21:53 לינק ישיר 

אנטשולדיגט.
איך האב נישט באמערקט אז עס איז שוין דא אן אנדערע אשכול דערויף.

מ'קען עס צוזאמשטעלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 21:54 לינק ישיר 

monroe06: די רבי שליט"א וועט וויילען דעם שב"ק בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג די תפילות ועריכת השולחנות ווי אויך פרק פארלערנען שבת נאכמיטאג וועט פארקומען בחצר ובבית מדרשינו אויף הופפער סט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 21:55 לינק ישיר 

קהל_יטב_לב: א פריידיגע בשורה פאר אנ"ש תושבי וויליאמסבורג אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה פארלערנען פרק דעם קומענדיגן שבת נאכמיטאג, שבת מברכין סיון. אנ"ש זענען פרייליך צו הערן אז אלע הנהגות רוחניות פון רבי'ן שליט"א גייט ב"ה ווייטער אן פונקט ווי פאר'ן רבי'ן ז"ל הסתלקות. כה לחי!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 21:56 לינק ישיר 

חיים_נחום: כ'האף אז די פרק שיעור וועט פארקומען אינעווייניג אין ביהמ"ד, עס איז שווער צי הערן אויפן גאס, אין אויך איז נישטא קיין עיר קאנדישאן. שורשנגח: רבינו שליט"א וועט דעם שבת קודש וויילן אין וויליאמסבורג, ווי די תפלות וועט פארקומען אינעם ביהמ"ד המפואר דקהל יטב לס דסאטמאר הופפער סט. די טישן וועט פארקומען אינעם שאטער הענקי אינעם הויף פונעם ביהמ"ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/5/2006 05:26 לינק ישיר 

מעכטיגע שבת און ווילימסבוירג

טויזענטער אידן זענען געווען ביי רבינו שליט"א ביים דאווענען ביי די טישן טראץ די אימדערטרעגליגער היצן וואס האבן זיך אראפ געלאזט ממש ס'איז נישט געווען צים אויסהאלטן אבער אויפן עולם האט זיך עס נישט דערקענט דער עולם

אן עקסטער דערהויבן קייט איז געווען ווען כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט פארלערנען פרק שבת נאכמיטאג ס'איז געווען מוירדיג

איךבין נישט קיין שרייבער ווער ס'קען בשרייבן די שבת איז מכובד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/5/2006 07:38 לינק ישיר 

רבותי עס איז נישט קיין תכלית מער

מען מוז האבן א נייעם געהעריגען גרויסען בית המדדרש

הופער איז בשום אופן מער נישט קיין תכלית

פרייטאג צו נאכטס ביים דאווינען האט מען זיך נישט געקענט רירן
ביים טיש פרייטאג צו נאכטס אין טענט איז געווען ביטער הייס, א ריזיגער עולם

ביי פרק פארלערנען אין ביהמ"ד האט מען זיך נישט געקענט רירן

ביי שלוש סעודות אין טענט איז געווען כלו כל הקיצין. מען האט זיך נישט געקענט רירן פונען ריזיגען ציבור קע"ה, און די היצן זענען געווען נישט דורך צו טראגען

מען דארף רופן צי די ראשי הקהלה, גענוג איז גענוג

אדער פאנגען זיי אן צו געווינען קאורטס, אדער בויט מען שוין, און טאקע שוין, א נייעם ריזיגען געהעריגען בית המדרש פאר סאטמאר

הופער איז נישט פאר אונז און ניטאמאל פאר האלב פון אונז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבינו שליט"א שב"ק במדבר אין וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext