| נשלח ב-29/5/2006 01:41 |
|
| |
אנטווערפן: די לעקטער לעשט זיך אויס!
דעם שבת איז דער מתנחל ר' ז"ל פילאפף געווען אין אנטווערפן, ער איז געפארן צו כ"ק מרן אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, פילאפף איז פרייטאג אריין צו פשעווארסק רבי'ן שליט"א און ער האט זיך אויסגעוויינט אויף דעם וואס די אהרונים האבן אים ארויסגעווארפן פון בארא פארק, און אים באשפריצט מיט א פייער עקסטיקליטשער אינמיטען פארלערנען אין די טונקעל מיט לעכט.
פשעווארסק רבי שליט"א האט אים געזאגט אז ער זאל מער נשיט אזאנאס טוען ווייל ער איז גורם א חילול בית המדרש דערמיט, און ער האט אים געזאגט אז ער זאל מער נשיט פארלערנען אין די טונקעל, ווייל ער אזי זיך אליין מבייש און עס פאסט נישט פאר אים.
פילאפף האט אנגערופען פרייטאג ר' שמוא' מרדכי דערזענער ני"ו ער האט אנגעהויבן צו רעדן מיט אים וואס עס טוט זיך דא אין אנטווערפן און נאך 15 מינוט שמוסען האט ער אים געפרעגט צו ער קען פארלערנען פרק אין סאטמאר ביהמ"ד שבת, ר' שמוא' מרדכי האט אנגערופן די אנדערע גבאים און זיי האבן מחליט געווען אזוי ווי ער בעט עס אליין, וועט מען אים לאזן זאגן פרק אין סאטמאר ביהמ"ד, בתנאי כפל אז ער גייט נישט רעדן קיין פאליטיק און פון רז"ל טייטלבוים, נאר פון תורה און מוסר, פילאפף האט גלייך מסכים געווען.
שבת נאכמיטאג 5 מינוט נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבען פארצולערנען פרק פלוצלינג...
חושך ואפילה....
נישט דא קיין לעקטערס....
מעשה בארא פארק....
ווי א שווארצע קאטץ לויפט אים נאך...
דער עולם האט אנגעהויבען צו שרייען און צו האקן, ער איז געשטאנען דארט ווי א ויזתא נישט וויסן וואס צו טאן ווייטער, די בזיונות איז געווען עד לב השמים.
אפאר חברה האבן אנגעשטעלט די שבת זייגער אז עס זאל זיך אויסלעשן ווען ער לערנט פאר פרק, אלס זכר צו די גרויסע גבורה זיינער פון פארלערנען אין די טונקעל אין בארא פארק.
יעצט הייסט עס אז אין דער איד די וואך וועט זיין פרישע שרייעדיגע מחאות אדירות וועגן די לעקטערס אין אנטווערפן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 01:48 |
|
| |
וואס איז געשען מיט די לעכט, אין בארא פארק האט ער גלייך ארויס געשלעפט לעכט פון טאש, און זיי אנגעצינדן, נו, דער גרויסער מתיר איסורים, -דער מתיר להשתמט מלעמוד לדין, נאך ווען מען באקומט א הזמנה לדין תורה-, האט נישט געטראפן קיין היתר פאר די לעכט אום שבת?, ס'איז דאך פיקוח נפש...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 02:05 |
|
| |
איינער קען איבערגעבן די מעשה געהעריג ?
האט מען אדורכגערעדט מיט ר' ליפא בערקאוויטש אז מ'גייט רופן רז"ל פארצולערנען ?
אויב יא, האט ער געגעבן זיין הסכמה ? פארוואס טאקע ?
אויב נישט, פארוואס טאקע נישט ? זיי האבן דאך צוגעזאגט אז זיי גייען אים געהעריג ארייננעמען
אין ביהמ"ד אלס גבאי ?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 16:17 |
|
| |
ער האלט דאס אין זיין וואכעדיגע טאש געווענטליך .....
|
|
|
|
|