מעיינות VS גינות וורדים
עס האט מיר איינער אנגעמערקט א אינטערסאנטע נקודה.
ער האט מיר געוויזן די מעיינות וואס חסידי סאטמאר געבן ארויס, און די גינות וורדים וואס סיגעט געט ארויס.
די סאטמארע איז פיל מיט תורות פון רבינו שליט"א, התעוררות ללימוד מס' סוכה כפי בקשת רבינו שליט"א, מ' מאכט PR מיט תורה תפלה וכדומה.
דאגעגין די סיגעטער אנשטאדט צו בויען זייער רבי'ן מיט מעתיק זיין זיינע תורות, און רעדן פון זיין גדלות זעט מען גאר א צווייטע זאך.
אויפ'ן ערשטן בלאט האבן זיי א תורה ווי זיי האבן געטראפן עפעס א ספר (איך געדענק נישט וועלעכע) וואס זאגט בתוך הדברים אויפ'ן פסווק ובנסע הארון, אז דער ארון איז געווען נע ונד און געוואנדערט מיט'ן אהל מועד ממקום למקום, און זיי זענן מדגיש (אין באלד ווערטער)די ווארט ארון, זיי וועלן מדמה זיין רבינו שליט"א צום ארון אבי צו מאכן ליצנות פון אים.
אין צווייטן בלאט זענן זיי מספיד רבינו הכ"מ זי"ע (זיי רעדן כמעט נישט פון אים), און דערנאך זענן זיי מאריך וועגן זייער ממלא מקום, וואס מיינט איר זיי רעכענען אויס זיינע מעלות?, אוודאי נישט, זיי שרייבן נאר וואס ער איז נישט, ער זינגט נישט, ער הערט נישט קיין מוזיק אין ספירה, ער זעט נישט קיין מחזות אין הימעל, ער מאכט נישט קיין תנועות, און נאך און נאך.
איך שטיי און ווינדער זיך, ריבוני דעלמא, שרייב שוין עפעס וואס ער טוט יא, וואס ביסטו אזוי פארנימען מיט יענעם, האסט אים ארויס געווארפן פון סאטמאר, האסט א רבי'ן מיט אלע מעלות ומדות, פארוואס זענט עטץ נישט צופרידן?.
ווער ווייסט וואס עס דריקט זיי, נאך אלעם איז דאך א מצוה צו העלפן ציבראכענע יודן.
ווער עס קען עס אריין סקענען וואלט געווען א גיטע זאך.
תוקן על ידי - אייןסאטמאר - 29/05/2006 20:19:21
 |
|
|