א הסכם איז ב"ה היינט אויסגעארבעט געווארן מיט ראשי קהלתנו הק' פונעם צענטראלן קהלה אין וויליאמסבורג, מיט ראשי קהלתינו הק' במאנטריאל.
די הסכם איז באשטעטיגט געוארן דורכן רב הקהלה הגה"צ רבי דוד מייזליש שליט"א.
די הסכם גייט זיין אז מען שטעלט צוריק די אלטע בארד פון ראשי הקהלה אין מאנטריאל, וואס באשטייט פון ר' שלמה יעקב שפיטצער, ר' יעקב מאראווקא, ר' אייזיק שווארטץ, ר' משה פרידמאן, און ר' יוסף פאזען.
מען וועט צולייגן 3 נייע נעמען פון אהרונים וואס די קהלה הק' אין וויליאמסבורג האט באשטעטיגט, אזוי וועלן די אהרונים האבן א פולן רוב אין די בארד פון די קהלה, עס וועלן זיין 5 אהרונים קעגן 1 זאלי און 2 פארווע, און אויףד די בארד וועלן זיין "אלע" בנינים פון מאנטריאל אויך די מיידל שולע "בית אסתר", און אי"ה ראש חודש כסלו תשס"ז וועט מען מאכן וואלן אין די קהלה. מען גייט עס היינט באשטעטיגען אין געריכט ביים שופט.
די זאליס האבן אנגעהויבען צו פארפירען און שרייען צוזאמען מיט ר' משה מנחם אז טאמער דאס באשטעטיגט מען דייען זיי זיך אוועק פון די קהלה, אבער קיינער קרימט זיך נישט אוי, די 20 זאליס און די הכם וועט אי"ה היינט באשטעטיגט ווערן.
שלום שלום צווישן אידן!
נשלח ב-29/5/2006 21:48
דוכט זיך מיר אז עס איז צוגעלייגט געווארן א תנאי, אז מען זאל לעגאל נישט קענען איבערשרייבן
די בנינים נאר אויב 75% פון די מעמבער'ס זענען מסכים.
נשלח ב-29/5/2006 21:50
מיר בלייבן אבער מיט ר' משה מנחם'ס היתר לעקל בערכאות !
לאמיר רופן דעם הויעכגעשפיצטן פראפעסער אויסצושרייען הויעך אין די עדיטאריאל
ועל כגון דא נאמר
פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפען
נשלח ב-29/5/2006 22:00
now canada/montreal where r u? please tell us what u knew now let us see how good u r with the spin
נשלח ב-29/5/2006 22:08
ווער האט דאס ערלעדיגט?
ר' אלישע הארוויץ שליט"א?
נשלח ב-29/5/2006 22:10
קליגעראיד
די דארפסט זיין גענוג קלוג צו פארשטיין אז די קאנאדא/מאנטריאל איז נאר דא געווען צו דרייען א קאפ,
ער ווייסט דאך אויך דעם אמת.
נשלח ב-29/5/2006 23:00
איך וויל נאך דערווייל נישט שרייבן קיין פרטים.
אבער יעדער קען זיין רואיג, אז די אינפארמאציע וואס ווערן דא דערווייל געמאלדן זענען האלבע מעשיות און זיי שרייבן נישט ארויס די אמת'ע פרטים פון די פארהאנדלונגען.
נשלח ב-29/5/2006 23:04
קאנאדא.
איך פארשטיי דיר אינגאנצן נישט.
אנשטאט טאנצן פאר שמחה אז די ראשי הקהילה זענען זיך אדורכגעקומען מיט מאנטריאל, און יעצט
וועסטו שוין זיך קענען צוריק פאראייניגן מיט דיינע ברודער - די אהרונים, לדבריך, קומסטו גאר
זאגן אז מ'זאל זיין רואיג ווייל ס'איז נישט גוט פאר די אהרונים...?
נשלח ב-29/5/2006 23:13
איך האב נישט דערמאנט דאס ווארט "אהרונים" אין מיין תגובה. ביי אונז איז די אישו "מאנטריאל"! צו פארזיכערן אז יעדער אין מאנטריאל איז צופרידנגעשטעלט, ווייל נאר אזוי קען מען לעבן באחדות.
די פארהאנדלונגען זענען געגאנגען אויף גאנץ גוטע שינעס, מען האט פאר יעדן צד פארזיכערט גאר וויכטיגע פונקטן, אבער קיין פרטים דערווייל וויל איך נישט שרייבן. איך וויל נאך שפרינגען פאר פרייד, און איך וויל נאך שרייבן פארוואס. ווייל ס'איז פריצייטאג.
אבער עס איז פארשטענדליך מען זאל דאס טאן.
תוקן על ידי - קאנאדא - 29/05/2006 23:20:54
נשלח ב-29/5/2006 23:39
אלזא האט זיך ווידער ארויס געוויזן דאס וואס אונזער ראש הקהל רבי יצחק ראזענבערג שליט"א, האט כסדר געזאגט פארן רב רבי דוד, אז מיר ווילן זיך חלילה נישט אריין מישן אין מאנטריאל, און אלעס איז נאר געטוהן געווארן צו פארזיכערן אז די מוסדות הקדושים בלייבן ווייטער אין די הענט פון די היימישע ראשי הקהלה, און די באקאנטע מחריבים ומהרסים זאלן חלילה נישט האבן קיין שליטה,
רבי יצחק, אויף אייך זאגט דער פסוק, והמשכילים יזהירו כזהר הרקיע ומצדיקי הרבים כככבים לעולם ועד (דניאל י"ב) , רבי יצחק מיר זענען שטאלץ מיט אייך, און מיר שרייען אויס, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו ומה יפה ירושתינו.
עכטע נייעס: דו ווייסט די פרטים פונעם דיל? האבן דער צד שנגד גונבי מאנטריאל אויך עפעס באקומען? אויב יא וואס?
נשלח ב-30/5/2006 00:06
פרטים פונעם היסטארישן אפמאך אין מאנטריאל:
1) קהל וועט פארבלייבן די אלטע קהל און ס'וועט צוקומען נאך פיר אהרונים. די אלטע קהל: אהרונים: שלמה יעקב שפיצער, יעקב מאראווקא
זאליס: מרדכי קאהן, אייזיק שווארץ
גענויגט צו אהרונים: יוסף שמואל פאזן
גענויגט צו זאליס: משה פריעדמאן
די צוגעקומענע פיר אהרונים: יודל ווערצבערגער, שמעון ישראל כהנא, בעריש גראס (בן חיים אלעזר), ישראל פריעדמאן (בן יעקב יושע).
2) די זאליס וועלן נישט קענען גנב'ענען די בנינים ווייל צו טרענספערן א בנין וועט לעגאל אויספעלן די צושטימונג פון 85 פראצענט פון די קהלה מעמבערס.
3) די תלמוד תורה וועט זיין אונטער די זעלבע באורד נעמען ווי די קהל
4) אין די באורד פון בית אסתר וועט מען צולייגן דריי אהרונים.
די אלטע באורד: זאליס: מרדכי קאהן, הערשל פליישמאן
גענויגט צו אהרונים: לייביש קליינבערגער.
די צוגעקומענע דריי אהרונים: ישראל קאהן בן ר' מרדכי (!!!), שמעון ישראל כהנא און סיני ראטה
5) מען גייט נישט קענען לעגאל טרענספערן די בית אסתר בילדינג נאר מיט די הסכמה פון 100 פראצענט פון די באורד.
6) אין זעקס חדשים וועט מען מאכן וואלן פאר קהל.
תוקן על ידי - כל_העולם - 30/05/2006 1:14:22
נשלח ב-30/5/2006 00:10
נעכטן נאכט איז געווען א מיטינג ביי ר' משה מנחם טירנויער וואו די זאליס האבן פארפירט ביז 2:30 ביינאכט, אז ער זאל שטערן דעם דיעל און בשום אופן נישט לאזן עס זאל דורכגיין.
אבער ר' מרדכי קאהן און ר' משה פריעדמאן האבן געזאגט אז זיי האבן מער נישט קיין כח און ווילן נישט ליידן נאך מפלות און האבן געלייגט דרוק אויף רמ"מ אז ער זאל נישט שטערן דעם דיעל און עס לאזן דורכגיין געהעריג.
סאטמארע חסידים איבער די גארער וועלט זענען אין א געהויבענע שטימונג!