בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: זאליס גייען אין קארט בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/5/2006 21:08 לינק ישיר 
ברעקינג: זאליס גייען אין קארט בארא פארק

ברעקינג: זאליס גייען אין בערכאות של עכו"ם אין בארא פארק

היינט צופרי האבן די זאליס אנגעפירט דורכ'ן מסור והולך בערכאות מענדל שווימער פון ב"פ, געשיקט אז היינט 3 אזייגער גייען זיי אריין אין קארט ווי זיי גייען בעטן א TRO, קעגן די מוסדות הקדושים ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל דסאטמאר בארא פארק.

3 אזייגער גייט פארקומען א זיצונג אין געריכט דערוועגן.

תלמדי וחסידי סאטמאר ווערן געבעטן יעצט צו זאגן תהלים און בעטן דעם הייליגן באשעפער אז די מוסרים והולכי בערכאות זאלן דורך פאלן היינט, און נישט קענען גורם זיין קיים שום ניזוק פאר די הייליגע מוסודת הקדושים.

השתדלו והרבו תחינה!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 22:01 לינק ישיר 

 זענענן די סאטמערע אידן כשר'ע אידן????


וואס גייט דא פאר?????
די זעלבע דיינים וואס האבן פאר אונז אלע גע'פסקנט אלע יארן איסורי כריתות
האבן פאר 6 יאר צוריק געשריבען פאר א גאנצע עדה אידן קשר בודים אינם מן המנין, מוסרים. ווייל מען האט גענימען א היתר צי גיין אין קארט פאר א  T R O פין א פרעמדען בי"ד וואס קען נישט די תהלוכי הקהלה,
שוין נאכען שיקן דריי הזמנות לדין תורה!!!!!

די זעלבע דיינים האבן איצט מתיר געווען אין מאנטריאל צי גיין אין קארט אן א היתר בי"ד בכלל!!
אן שיקען א הזמנה!!!!

די זעלבע דיינים האבן געגעבן א היתר פאר זאליס אין בארא פארק צי גיין אין קארט אן שיקען הזמנות לדין  נאר דורוך א שוואכערן היתר וואס מיר האבן געהאט פאר 6 יאר צוריק!!!!????


וואס גייט דא פאר?????
 
תוקן על ידי - כל_העולם - 31/05/2006 23:13:42



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 22:37 לינק ישיר 

מיר וועלען אי"ה געווינען אזוי ווי אלעמאהל

מען זעט בחוש ווי דער רבי ז"ל הכ"מ שטייט אונז צו די רעכטע האנט

און מיר געווינען טאקע אלעמאהל

דער אייבישטער זאל העלפען מיר זאלען האבען נאכאמאהל אזא געווינס ווי מיר האבען געהאט און מאנטריאל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 23:20 לינק ישיר 

זאליס יעצט ארומגעשיקט מעסעדזש אז ס'איז יעצט דא א הירינג און יעדער זאל גיין מחזק זיין!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 00:26 לינק ישיר 

ברעקינג: דער דזשאדש וואס איז געווען א פרוי, האט ארויסגעווארפן די זאליס ווי הינטן און זיי גארנישט נאכגעגעבן.

פרטים יבואו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 00:27 לינק ישיר 

נו, מ'הערט שוין עפעס מער ???

תוקן על ידי - טאראראם - 01/06/2006 0:28:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 00:41 לינק ישיר 

ועל כגון דא נאמר,

פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.

מיר די קלוגע חכמה פון הער שניאור קליין און יעקב ראטה, זעהט מען אזוי אויס.

דער דזשאדש האט זיי געזאגט, אויב זיי ווילן מאכן א קעיס זאלן זיי צורקיקומען מאנטאג, דאן וועט מען באהאנדלען צו מען זאל עפענען א קעיס. זי האט בכלל נישט איינגעזעהן פאר וויכטיג זיי נאכצוגעבן פאר א טי. אר. או.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 00:47 לינק ישיר 

פרטים ???


אל תחזיק טובה לעצמך ! ! !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 00:51 לינק ישיר 

יעצט באקומען א מעסעדש אויף מיין סעל פון אנ"ש דסאטמאר:

!!!NO TRO IN BORO PARK


הודו לה' כי טוב!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2006 00:51 לינק ישיר 

יעצט באקומען, דער דזשאדש האט זיי ארויסגעווארפן און זיי געזאגט אז ס'זעהט בכלל נישט אויס ווי קיין קעיס, האבן זיי געטענה'ט אז זיי ווילן מסביר זיין, און אפאר מאל געבעטן זיי ווילן מסביר זיין, האט זי זיי געזאגט זיי זאלן צוריקקומען מאנטאג נאכאמאל מסביר זיין......... ווי ס'זעהט אויס וועט עס זיי גארנישט העלפן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 01:00 לינק ישיר 

איך הער אז דער סיגוטער האט פשוט געכאפט א נערוון בראך ווען ער האט געהערט אז ר' אהרן וועלץ האט געווינען און דער דזשאדזש האט ארויס געווארפן דעם פארלאנג פאר א TRO, ער האט אנגעהויבן צו מאכן אזעלעכע משונה'דיגע קולות און ער האט אנגעהויבן צו ברוקן און צו שעלטן, מען האט שנעל גערופן שלום יוסף דייטש, און ער האט עם געגעבן עפעס א בארוהיגונגס נידל, און ער איז אינטער אבזערוואציעס, לעת עתה הייסט עס אז ער איז אזוי צוטראגן, אז ער גייט נישט זאגן קיין  תורה דעם שבועות, וועגן עסן קרעפלעך ווייסט מען נאכנישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2006 01:14 לינק ישיר 

איך האב דערווייל נאכנישט געקענט דערגיין די אקוראטע פרטים איבער די פארהאנדלונגען, און איך האף אי"ה בקרוב צו וויסן פונקטליך וואס דא איז פארגעגאנגען. אבער איין זאך וויל איך פארשטיין: צי האלט ר' חיים שלמה ווערטהיימער אז ביי הרב גביוף מעג מען טרינקען א גלעזל וואסער ? די זעלבע מענטשן האבן אונז באשריגן און באזינגען יארן לאנג פאר די "חוצפה" פון גיין צו א 'פרעמדן' בית דין אז זיי זאלן זיך אריינמישן אין די אינערליכע סאטמארע אנגעלעגנהייטן, די גרעסטע 'הירוס הדת' איז ארויסגעקומען פון זיך ווענדן צו דיינים "וואס קענען זיך נישט אויס אין די תהלוכי הקהילה". דער פאקט אז מיר זענען צו זיי בלויז געגאנגען פאר אן הזמנה, און מיר זענען גרייט געווען צו גיין צו דיינים פון סאטמאר, נאר ביי א זבל"א, האט בכלל נישט פארשוויגן די ענערגישע פראפאגאנדע מאשין פון שרייען השכם והערב תהלוכי הקהילה. מה היום מיומיים ? וואס האט יעצט פאסירט אז מ'מעג שוין פארלאנגען פון פרעמדע דיינים אז זיי זאלן זיך מישן אין אינערליכע סאטמארע סכסוכים, וואו עס מעג נאר אריינרעדן א סאטמארער דיין ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 01:33 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווער ס'האט זיי איינגערעדט אז וויבאלד רב גיביוף וועט מתיר זיין עיקול, אז זיי וועלן עס באקומען,
 
מיין אבזערוואציע זאגט אז זיי גייען אין וואנט אריין דארט, 1, אנדערש ווי 82, איז אהרן וועלץ אויסערדעם וואס ער איז אדמיניסטראטער איז ער אויך אין די באורד פונקט ווי מענדל שווימער, 2, אהרן וועלץ טוט גארנישט אליינס אלעס איז בהסכמת קהל, די רבי, די רב, א באורד וואס איז באשטעטיגט געווארן דעמאלטס ווען די זאליס האבן געוואלט דורכפירן א דורכגעפאלענע פוטש אין 2002.

יענקעלע, זיי נישט ברוגז, דיין תגובה איז אביסעלע קינדיש אין א זאלונישע סטייל, פאסט נישט פאר דיר...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 02:11 לינק ישיר 

יאנקעלע

איך בין נישט באזארגט, ער וועט עסן די קרעפלעך אויב ס'וועט זיין א גוטע רעסעפי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2006 02:37 לינק ישיר 

איך הער אז אין קאורט איז נישט געווען קיין איין איינציגער בארא פארקער קנאקער! סאיז געווען בעיקר אפאר אינגעלייט שוויצערס פון וויליאמסבורג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 02:47 לינק ישיר 

איינער קען געבן א פונקטליכע רעפארט פון די קאורט? וואס אז געווען? וואס גייט זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: זאליס גייען אין קארט בארא פארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext