מה שאירע בסאטמאר אירע בטאש!
די לעצטע פאר יאר קומט פאר א מעכטיגע מלחמה אין טאש, איך בין נישט פונקטליך באקאנט מיט די
דיטעילס, און איך האב נישט קיין אנונג וואס דארט גייט פאר. פערזענליך האב איך שטארקע סימפאטיע
צו ר' מיילעך טאשער, בפרט אז ער טרייט זיך צו האלטן נאנט מיט אונזער זייט. אבער היינט איז מיר
אויסגעקומען צו זען א קונטרס מיטן נאמען "קושטא קאי", וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף א
אנדערע פארום, וואס זאל איך ענק זאגן? ס'קוקט אויס ממש ווי א קאפי פון די סאטמארע פאליטיק,
אין שפיץ פון דעם רשע מרושע און עוכר ישראל איצא גליק, וואס האט צוזאמען מיט משה גבאי חרוב
געמאכט און אונטערגעברענגט די טראסט פון עולם צו דין תורות!
איך לייג ארויף די לינק צו די קונטרס, וואו מ'קען זען זייער קלאר אז דער לאווען טרייט מיט אלע
כוחות אנצוקומען צו די"ת, און ווי דער איצא גליק (וואס ווי לאווען שרייבט איז ער א קרוב משפחה
פאר איינעם פון די ראשים פונעם צד שכנגד) דרייט אים ארום מיט אפענע און גראבע שקרים וכזבים,
וואס מ'קען גראד זען אויפן ערשטן בליק ווער ס'וויל עכט גיין צו דין תורה, און ווער ס'דרייט
ארום מיט ליגנט'ס.
קוקטס און איבערצייגט אייך אליינס!
http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=8BC5FCC962500CAF
 |
|
|