שומי שמים!
ווער האט אזוינס געגלייבט ?
אן קיין שום תירוץ, אן קיין שום היתר,
איך קען אייך זאגען דעם אמת, ווילאנג איך האב עס נישט געזעהן האב איך עס נישט געגלייבט,
און ווי זענען יעצט די אלע מוחים ?
סיי די מוחים אויף די שטענדיגע שריט פון הנהלת הקהלה, אז עס איז ערכאות,
סיי די וואס זענען אייביג מוחה אויב עס האט עפעס צוטוהן מיט די טריפנעם מדינה,
ווי זענען זיי יעצט ?
נישט ווייל איך ברויך אז איינער זאל זיך אננעמען פאר אינז, און נישט ווייל איך זיך אז איינער זאל מוחה זיין קעגן זייערע שריט,
זאל נאר די וועלט זעהן וואספארע פאלשע הנהגה דארט טוט זיך,
אינעם שלחן ערוך פון די פורים בד"ץ שטייט קלאר ארויסגעשריבן "וואס עס איז גוט פאר מיר מעג מען, פאר יענעם טאר מען נישט", ס'איז נאר א שאד אז איך קען עס נישט באשטעיטיגען, ווייל איך ווייס נישט ווי יענע שלחן ערוך ליגט, עס איז ביזדערווייל נישטא קיין שטיבל ווי די בד"ץ זאל אפילו אראפ לייגען א שלחן ערוך.
ב"ה אז די אלע באלאנגען נישט אויף אינזער זייט,
|
|