בית פורומים כל העולם כולו

סיגוט באצאלט נעבעך פאר אר"י צייטונגען...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/6/2006 23:50 לינק ישיר 
סיגוט באצאלט נעבעך פאר אר"י צייטונגען...

די סיגוטער טאנצן אזוי שטארק פאר שמחה אז זיי האבן ענדליך צאמגעקראצט אפאר מענטשן, אז זיי
זענען געלאפן צו אלע צייטונגען אין אר"י און באצאלט גרויס געלט אז זיי זאלן אננעמען זייערע
פיקטשערס.

ביי אסאך צייטונגען האט עס אבער בעקפייערט, ווייל זיי האבן לכבוד דעם גענומען אויך פיקטשערס
פון סאטמאר - פאר FREE - און מזעט גראד די שטארקע חילוק.

קוקטסט וואס פעשי שרייבט דא:

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1945655



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 23:53 לינק ישיר 

די מערסטע פאני איז די משפחה, זיי האבן צאמגעלייגט אלעס אויף איין פעיזש, אלעס געלאזט אלס "סאטמאר", און געלייגט פיקטשערס. מ'זעט קלאר אז די סאטמארער פיקטשערס קומען פון דא אויף היידפארק, און די זאליס זענען אריינגעשיקט געווארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 23:55 לינק ישיר 

געניג געווען!! מיט די נושא, עס עקעלט שוין

1}שוין דא 5 אשכולות ווי די נייעס פאסט אריין, עס פעלט נישט אויס נאך א אשכול

2}מען האט אפגעמאכט אז מען קיקט נישט אין מען ראגירט נישט צי קיין אנדערע פורום'ס





תוקן על ידי - kj_village - 09/06/2006 0:00:13



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 00:02 לינק ישיר 

דאס איז נישט קיין רעאקציע צו קיין אנדערע פארומ'ס, דארט האט פעשי פשוט ארויפגעלייגט די קאפיס [די אי-מעילס....] פון די צייטונגען וואו ער האט אריינגעשיקט די פיקטשערס. אויך, דא איז נישט די טעמע די פיקטשערס, מיר קריכט עס שוין אויך פון די נאז, דא איז די טעמע די בלאפעריי און פאלשקייט פון די סיגוטער. אין איד לייגן זיי כלאמפערשט נישט קיין פיקטשערס, ווייל דער סיגוטער לאזט נישט. דערווייל: - לייגט מען אריין א האלב מיליאן דאלער אז די פלאץ זאל אויסזען שיין פאר די פיקטשערס - דינגען זיי פראפעשאנעל פאטאגראפער'ס - מ'שטעלט זיי צו א פלאץ גאנץ אויבן וואו קיינער קען נישט אנקומען סתם אזוי - מ'שיקט עס אריין צו אלע אר"י צייטונגען. נאכדעם מאכט מען ווייטער א פנים פון א תם כאילו מ'ווייסט פון גארנישט !!!!!! אל תתיראי אלא מן הצבועים !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 00:53 לינק ישיר 

ווער וויל לאכן א גוטס? ליינטס די ווערטער פון דרייניץ, אבער ליינט עס בלשון סגי נהר:

איך וויל דא אויסדרוקען מיינע צופרידענע געפילען וואס איך מיין אז רובא דרובא פון חסידי סאטמאר איבער די וועלט שפירען אז "דער איד" האט צום 5טען וואך זיך געהאלטען צו די הוראה פון כ"ק רבינו שליט"א און נישט אריינגעלייגט די בילדער פון שבועות.

מיין הארץ האט געקלאפט זינט שבועות ווען עס איז ארומגעגאנגען שמועות פורחות באוויר אז "דער איד" וועט אריינלייגען בילדער פונעם הייליגען נעילת החג טיש, דערפאר איז געווען אסאך שטערקער די שמחה היינט ביי מיטאג ווען איך האב געזען אז "דער איד" האט זיך טריי געהאלטען און אונז נישט דיסעפוינטעד.

אשריך סאטמאר אז מיר האבען א הייליגע הנהגה וואס ווערט נישט פארבלענדט פון כבוד המדומה און צייטווייליגע שטאלצע געפיהלען און האלט זיך טריי צו די פרינציפען אונטער אלע אומשטענדען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 01:41 לינק ישיר 

איך האב געמיינט אז נאר אינעם נוי יארק טיימס און אינעם פאוסט איז ער רבי?

יעצט זע איך איז ער אויך רבי ביי די ציוניסטישע צייטונגען ווי משפחה אא"וו..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 01:48 לינק ישיר 

מילא ווען דו זאגסט אויפן כל העולם כולו ציוניסטיש נא ער לייגט דאך נישט קיין פיקטשער פון רז"ל ( און ווער ס'האט באמערקט און אן אנדערן פורום ווי יוסף 90 פרייט זיך אפילו אז זיי ווערן נישט אריין געלייגט אינאיינעם מיט די ציוניסטישע רבנים ) אבער חלילה דו זאלסט רופן די משפחה ציוניסטיש, ( און אויב יא האט זיך שוין נישט דער אויבנדערמאנטער אויף וואס צו פרייען נו וואס וועט דא זיין )



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 01:52 לינק ישיר 

אני יהודי שפרינגט שוין אין זייער פארום: אין "כל חארוני כולו" שרייבט "געגאנגען" נעבעך אזוי פארביטערט, ווי פאלגענד: (דא שרייבט ער מיך נאך) עד כאן פון "געגאנגען". און איך מוז דיר זאגן אז דו ביזט גערעכט! דערפאר האט טאקע סאטמאר נישט געהאט קיין בילדער פונעם ערשטן שבת ביים סאטמארער רבי'ן שליט"א אין גרויסן ביהמ"ד אין ראדני, ווייל סאטמאר האט נישט געדינגען קיין פרעסע לייט צו פאטאגראפן און פילמירן דעם הייליגן טיש און די תפילות בעצם יום השבת! איך פארשטיי דיין ווייטאג! דו וואלסט זיך ממש מחי' געווען ווען סאטמאר דינגט מענטשן צו כאפן בילדער אום שבת אין גרויסן ביהמ"ד אין ראדני, און דער טענטער פירט א מעכטיגן נעילת החג טיש אין נייעם ריזיגן ביהמ"ד אויף בעדפארד... דו מיינסט אז פונקט יענעם שבת בין איך נישט געווען אין וויליאמסבורג? איך האב זייער גוט געזען די מידיא און פילם קאמפעני'ס וואס זענען געשטאנען ביי ראדני מיט די גרויסע פלעשלייט'ס פונקט ווי זיי זענען געשטאנען ביים טענט! און אדרבא, ילמדינו רבינו, וואס איז די חילוק פון די ערשטע שבת צו די נעילת החג טיש? פארוואס האבן ענק געדינגען גאלדשטיין צו כאפן פיקטשערס פון נעילת החג און נישט פון די ערשטע שבת? פארוואס האבן דעמאלטס די אר"י צייטונגען נישט "פערצופאל" באקומען פיקטשערס פון ענקערע טישן? ווייל ענק זענען PHONY לוזערס און בלאפערס!!! ווייל יעצט האבן ענק געהאט די עדווענטעדזש פון אלע פרעמדע קוקערס, און יעצט האבן ענק אזוי אויסגעשטעלט צו האבן א שיינע פיקטשער!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 02:25 לינק ישיר 

פאלגנד זענען די ווערטער וואס דרייניץ האט שטילערהייט געמורמלט צו זיך בשעת'ן שרייבן די תגובה:

איך וויל דא אויסדרוקען מיינע צופרידענע געפילען וואס איך מיין אז רובא דרובא פון חסידי סאטמאר איבער די וועלט שפירען אז "דער איד" האט צום 5טען וואך זיך געהאלטען צו די הוראה פון כ"ק רבינו שליט"א און נישט אריינגעלייגט די בילדער פון שבועות. פארשטייט זיך אליינס אז ס'איז געווען א געוואלדיגע סטראטעגיע אויפצונעמען פאטאגראפיסטן מיט ווידיא קעמערעס פאר טויזנטער דאלארס אז זיי זאלן רעקארדירן דעם הערליכן יום טוב אז מען זאל קענען אריינשיקן די בילדער פאר די ציוני'סטישע צייטונגען, און דערנאך איינרעדן פאר די אהרונים אז די בילדער זענען אריינגעפלויגן צו די צייטונגען פון הימל אראפ, און פארשטייט זיך אז מיר האבן גארנישט געהאט דערמיט און נישט באצאלט קיין אפותיקי צו באקומען מידיא קאוורעדזש. (האפנטליך זענען די אהרונים גענוג גרויסע פערדן אז מען זאל זיי דאס קענען איינרעדן.)

מיין הארץ האט געקלאפט זינט שבועות ווען עס איז ארומגעגאנגען שמועות פורחות באוויר אז "דער איד" וועט אריינלייגען בילדער פונעם הייליגען נעילת החג טיש, דערפאר איז געווען אסאך שטערקער די שמחה היינט ביי מיטאג ווען איך האב געזען אז "דער איד" האט זיך טריי געהאלטען און אונז נישט דיסעפוינטעד. LOL, איך רייב זיך די בויך ווי די אהרונים וועלן קראכן ביים ליינען וואס איך האב נארוואס געשריבן. הייליגן, שמייליגן. הו גיווס עי דעם? מיר האבן באצאלט 25,000 דאלאר פאר א הערליכן סינערי ליילעך, אריינגעבאכעט צענדליגער טויזנטער דאלאר אויפצושטעלן ריזיגע סטעדיום בליטשערס. מיר האבן אינסטאלירט ספעציעלע ווידיא קעמערעס אויפ'ן דאך און באשטימט א ספעציעלן פלאץ אין ווייבער שוהל פאר די פראפעשאנעל פאטאגראפיסטן. I don't see any holiness in it, איך זע נישט קיין שום הייליגקייט דערין, אבער וועם אינטערסירט עס, אזוי לאנג ווי איך פערד רעד מיך איין אז מען קען פארקויפן מענטשן לאקשן אז ביי אונז איז דא קדושה און ביי די אהרונים די טומאה, וועל איך עס איבער'חזר'ן איינמאל און נאכאמאל.

אשריך סאטמאר אז מיר האבען א הייליגע הנהגה וואס ווערט נישט פארבלענדט פון כבוד המדומה און צייטווייליגע שטאלצע געפיהלען און האלט זיך טריי צו די פרינציפען אונטער אלע אומשטענדען. כא כא כא, נאך איין מזל מיר נישט פארבלענדעט פון כבוד המדומה און צייטווייליגע שטאלץ. ווען יא וואלטן מיר נישט באצאלט אזויפיל געלט פאר די Photo Op וואס מיר האבן געמאכט דעם פארגאנגענעם מוצאי יו"ט. די בילדער אין משפחה, בקהילה, השבוע און אלע אנדערע צייטונגען You Name It, זענען גארנישט געווען קיין כבוד המדומה אדער צייטווייליגע שטאלצע געפיהלען. האפנטליך וועלן מיר זיך ווייטער האלטן צו די זעלבע פרינציפן אינעם צוקונפט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 03:12 לינק ישיר 

איך הער

געשמאק

א געשמאק!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 09:49 לינק ישיר 

הרוצה לשקר ירחיק עדותו !!!

נאך די האלב מיליאן דאלער וואס די סגוטער האבן אריינגעלייגט צו ווייזן אז זיי האבן מענטשן, און נאך וואס זיי האבן ארויסגעשלעפט פון אלע בונקערס יעדן וואס האט נאר די מינדעסטע סימפאטיע מיט זיי, נאכן אנציען ממש דעם מאקסימום וואס זיי קענען. זענען די סיגוטער געבליבן דאס גענאר פון שטאט ווען זיי האבן נישט געקענט צאמשלעפן קיין דריטל עולם פון וואס איז געקומען אויף סאטמאר כמעט אן פראפאגאנדע. יעדער האט איינגעזען אז עס איז א פארמעסט פון א ליליפוט מיט א ריז !

די אמעריקאנער גאס האט עס גראד געוואוסט, און זיך נישט געלאזט פארנארן, נאר די איזראעליס וואס האלטן נישט געהעריג מיט וואס דא גייט פאר, האט מען געקענט פארדרייען א קאפ מיט די באבע מעשיות.

אין די אר"י צייטונגען זעט מען טאקע איבעראל - פאר גוט באצאלט, פארשטייט זיך - בעיקר די סיגוטער פיקטשערס. און דאר האבן אויך א חלק איינגעזען דעם אמת.

די צייטונגען מיט געהעריגע קארעספאדענטן אין אמעריקע האבן אבער יא גוט געוואוסט.

די "משפחה" האט בעל כרחם געמוזט אריינלייגן אפאר פיקטשערס פון די ריזיגער עולם ביים טיש און באגלייטן.

אין "כל העולם כולו" איז דא מעכטיגע פיקטשערס פון די טויזנטער מענטשן.

אפילו אין די נייע סיגוטער אויסגאבע (בשתפות מיט אנשי רמ"ד פון באבוב, לכאורה פון דארט קומט די אטאקע אויפן בלאט וד"ל) "כלל ישראל", האבן זיי אויך געמוזט אריינלייגן קנאקעדיגע פיקטשערס, וואו מ'זעט קלאר אז די סיגוטער זענען בערך א דריטל פון סאטמאר !

ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן !!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סיגוט באצאלט נעבעך פאר אר"י צייטונגען...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext