בית פורומים כל העולם כולו

דער בלאט פירט מערכה קעגן באבוב - רמ"ד?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/6/2006 23:53 לינק ישיר 
דער בלאט פירט מערכה קעגן באבוב - רמ"ד?

צוליב אסאך פארלאנגען אין תיבה אישית איז געטוישט געווארן דער קעפל





גל_עיני:







קרית יואל רבי פייט מיט באבוב
האדמו"ר מקרית יואל בן הברך משה מסאטמער שליט"א גייט ארויס מיט א מערכה אנגעגן באבוער רבי שליט"א, ער ניצט זיין שופר דער בלאט צו טשעפנען באבובער חסידים.

מאן האט זיי געבעטען ווי לאנג זיי קענהן נישט ארופשלינגען און שרייבען אויף אונזער רבי האדמו"ר מבאבוב, און אונזערע רוב אבד"ק באבוב זאלן זיי גאר נישט שרייבען, נעמען זיי ארופ פון היידפארק PIC און שרייבען וולאכע טיטול זיי ווילען.

אנטשולדיקיט קרית יואל חסידים איך האב נישט פערסונאל אנקייגען אייער רבי, אבער ער מיט זיין ציטונג טשפענען מיר, ממילא  קעהן איך אים נישט אנדעקענן אלץ סאטמער רבי. 
דער סאטמער צייטונג רופט מיר באבוב רוף איך אים סאטמער אויך
נאר איין שאלה פארוועס?
וואס פעלט דעם קרית יואל רבי א פייט מיט אונז וואס פארדינט ער

ברענגנייעס:
מר גל עיני

מיר אינטערעסירט קנאפ באבוב

אבער לאמיר דיר דערציילן עטליכע פאקטן בנוגע סאטמאר

סאטמארע רבי ווערט מען נישט אויב באבוב א אדער באבוב ב' איז מסכים, סאטמארע רבי ווערט מען
ווען רובא דרובא סאטמארע חסידים זענען זיך מכניע און נעמען אויף א רבי

דער בלאט איז א סאטמארע צייטונג אמת און וואר, אבער דער בלאט ווערט נישט אנגעפירט,
דירעקטירט, מוגה דורך סאטמארע רבי

יעצט "מיין פערזענליכע שטעלונג" בנוגע 'דיין רבי' מיט 'מיין פאליטיק' איז אזוי

ר' אהרן וועלץ האט פארדינגן/פארבארגט בנינים וועט רמ"ד באבוב האט עס געדארפט, און רמ"ד באבוב
האט פארדינגן/געבארגט בנינים פאר ר' אהרן וועלץ שונאים ווען זיי האבן געדארפט

ווייטער, איך בין נישט ר' אלימלך דייטש'ס ווארטזאגער, נישט ר' שמואל ווידער'ס ווארטזאגער,
אבער איך פריוואט האב הנאה אז דו און אפשר נאך רמ"ד באבבו מענטשן פארשטייען אז די וועלט איז א
"טו וועי" סטריט,

א רבי ווערט מען נישט פון טיטלן און בילדער אין א צייטונג און אוודאי אז מען ווערט נישט אויס
רבי פון נישט בילידער און טיטלן אין א צייטונג

נאר וואס דען, מען דארף וויסן אז ווען מען גיבט כאפט מען צוריק

Mench:
מר. גל עיני

מאך דיך נישט טאמעוואטע

די ווייסט גאנץ גיט אז עס האט גאר נישט מיט די גאנצע קהילה

עס איז א צייטינג פון א פריוואטע מענטש מיילעך דייטש, און קיינער פון די קהלה שטיצט אים נישט מיט דעם, יעדער האלט אז ער טוט א עוולה נוראה, נאר ער מיט זיין גרויסען שכל האט באשלאסן נישט צו דעקן קארטשין

סא האב נישט טענות קעגען גאנץ סאטמאר נאר קעגען איין מענטש

yosefelye:
גל עיני,
אז דיין רבי, רבי מרדכי דוד מעג טשעפען מיט סאטמאר מיט זיין בנין,
פארוואס טאר נישט דער סאטמארער רבי שליט"א טשעפען מיט ענק מיט זיין צייטונג?

גל עיני, מיך אינטרעסירט די באבעווער מחלוקה ווי דער פאריעריגער שניי,
נאר אויב טראכסטי צו פארדינען מיט שרייבן אויף אונזער רבי אויף אזאך
וואס ער האט לגמרי נישט קיין שייכות, דאן, PLEASE MAKE MY DAY,

אויב פארלירט דיין רבי די מערכה אין באבעוו, איז א גרויס חלק צו פארדאנקן
דיין טפשות דא אויפן נעט, NOTHING PERSONAL 

Mench:
ברענג נייעס צופעליג ביזטו נישט גערעכט

באבוב האט א גוטע טענה, און זייער א ערנסטע טענה

וואס עפעס זאל זיך סאטמאר אריין מישן אין א מחלוקה פון א פרעמדע קהלה?

עס איז ממש א חוצפה

פארוואס עפעס זאל דער בלאט אפמאכן ווער עס איז באבוב, ווען עס איז א ערנסטע מחלוקה, עניטיים נאך אזוי ערענסט ווי אין סאטמאר?

נאך דערצו ווען באבוב (48) האט ערנסטע און גערעכטע טענות קעגן באבוב (45) און אנדערש ווי דא (מיט זאלי) האט ר' מרדכי דוד די פולע רעכט צו זיין באבובער רבי, סא וואס האט דער בלאט אריין צו רעדען?

פאר דעם אליין, פאר די חוצפה, זענען ר' מרדכי דוד'ס מענטשן גארנישט שולדיג פאר סאטמאר

די ווייסט גאנץ גוט אז קאווערידזש אין א צייטונג איז מער וויכטיג אמאל ווי א בילדינג, ווייל ווען נישט וואלטן די ארונים נישט געעפנט א צייטונג

נאר וואס דען, דאס וואס איך שרייב אין פריערדיגען אשכול, דער בלאט איז נישט סאטמארס צייטונג, לערנטס ענק אויס

עס איז מיילעך דייטשעס צייטונג און ער וועט נישט אפמאכן ווער עס איז באבוב, און א ראי' האסטו, אז דער רבי שליט"א איז געגאנגען צו די גרויסע באבובער חתונה (פון רמ"ד, עטליכע חדשים צוריק), מיט א שטריימל, און איז געווען דארט דער ערשטער רבי

ווייל נישט מיילעך דייטש וועט אפמאכן וואס סאטמאר האלט, און לויט מיין אינפארמאציע, איז עס זיין אייגענע מיינונג, קיינער אין בלאט שטיצט אים נישט, אויסער, אפשר דער .... יאסי בראך וועלכער חנפ'ט זיך צו בענבארבער

נאר פאר גל עני, וואס ווייסט די אלע זאכן און מאכט זיך דא טעמעוואטע, זאג איך, אז פארפאלן, ער דארף נישט ווערן דערשראקן ווען דער בלאט טוט עפעס, ווייל עס איז נאר מיילעך דייטש וואס האט אפגעמאכט דערווייל נישט צי קאווערען געהעריג קארטשין

בא_ללמד:
מיין מיינונג איז אז דער בלאט איז א פריוואטער אייגנטום פון א יחיד, און איז נישט דער
סאטמארער רבי.

אבער גל עיני, פארוואס האסטו פארשטאנען - און איך האב עס אויך פארשטאנען - אז פאר געלט מעג
רמ"ד פארדינגען א בילדינג פאר די זאליס, טראץ וואס עס איז א מעסער אין רוקן פאר סאטמאר, אבער
געלט איז פאר אלעם.

און פארוואס פארשטייסטו נישט אז אלימלך דייטש מעג פאר אפאר דאלער פארדינגען זיין צייטונג פאר
רב"צ ?

אדרבא, נעמט אביסל פון וואס איר באקומט פון די זאליס און געט עס פאר אלימלך דייטש, וועט זיך
די גאנצע סיטואציע טוישן...

גל_עיני:
אונז האבען געבעטען מלך דייטש פון דעם בלאט אז ער זאל אונז נישט דעקען ווי לאנג ער קעהן נישט ארופ שלינגען אז אונז זענען באבוב, ווען ער איז שטיל וואלט איר נישט געהרט פון מיר, להיפך איך וואלט הנאה געהאט אלעס באבובער חסיד  צו זיין נוטראל, 

 אבער דער בלאט האט זעך נישט גיקענט איינהלטען און געלעפן צו הייד פארק און גלייקט PIC צו טשפענען באבוב, ממילא אלעס באבובער חסיד איז אייער רבי געוערן ביי ניר
"האדמור" ר' אהרן מקרית יואל בן בעל הברך משה מסאטמער שליט"א"

פאר דער וואס זאגאט אז דער בלאט אז א יחיד דריי מיר נישט קיין קאפ, און אויב יא דען גיי גיב מלך דייטש פעטש  ער זאל סטאפען צו אריין דרייען סאטמער און פאלטיק וואס באלנקט נישט צו איהם,
נאך מער, דער בלאט איז פונקט אזוי פרעואטע מלך דייטש'ס אזוי ווי די איד איז פרעוואטע משה פרידמאן'ס און אויב דער איד'ס קהילה האט מסביר געווען פאר משה אז ער מישט זיך און א פאלטיק וואס באלענקט נישט צו איהם, דארף דער בלאט קהילה מסביר זיין פאר מלך דייטש און בראך אויך  

אונזער קהילה האט פארדינכען די בילדינג פאר טאפ דאלארס מיר האבען דאס נישט געגבען פאר FREE צו סעפורטען א זייט, מער פאר מיר האבען דאס געטוען האט די 53 קהילה אונז געזעגט אז זיי סעפורטען דאס פאר זייערא ריזענס,  

בא_ללמד:
אין איין ווארט, מ'מעג טשעפען א פרעמדע קהילה פאר געלט אדער נישט ?

נישט קיין משלים, נישט קיין פשעטלעך. יא, אדער ניין.

גל_עיני:
ניין

גל_עיני:
איין שאלה יעדער שרייבט דא אז מלך דייטש איז איחיד ווען קרית יואל חסידים ווילען שטארק אפעס קענען זיי אים סטאפען, איך האלט אז יא,

און אז זיי סטאפען אהים נישט וואס זאל איך טראכטע?ן אז זיי ווילען א פייט

Kj_village:
הערטס אויס אויף מיט ענקער דיפלעמאטישע שפראך

גל עיני,

מיר האבן גאנץ קנאפ אינטערעסע צי הערן צי די ריפסט אן אונזער רבי אדמו"ר מסאטמער צי נישט
בכלל קיקסטע אויס צי זיין זייער א אנגעווייטיגטער מענטש {סארי....}

אדמו"ר ווערט מען ווען די חסידים טיען עס
נישט ווען די צייטונגען טיען עס


פארשטאנען???????????

בא_ללמד:
איך האלט נאך אלץ אז אלימלך דייטש איז א יחיד (פאר אינטערעסאנטקייט, שמואל ווידער איז יא נוטה
צו רמ"ד וועגן געוויסע סיבות). אבער דא איז גאר א צווייטע שאלה.

אויב דו האלטסט אז מ'טאר נישט טשעפען א צווייטע קהילה פאר געלט, פארוואס האבן ענק פארדינגען
דעם זאל פאר די זאליס ?

Kj_village:
פאקטן

1}קהל רמ"ד האט געבעטן לכתחלה קיינער זאל זיי נישט דעקן אין די צייטונגען
מילא וואס ווילסטע יעצט???

2}רב"צ האט 55-60 פראצענט פינעם עולם,
עס מאכט מער סענעס אים צי ריפן אדמו"ר שליט"א ביז די פסק קימט ארויס

3}אונז חסידי סאטמער האבן שוין לאנג געשלאגן כפרות מיט די אלע רביליך
וואס זיכן אריין צי שטיפען זייער נאז ווי אימער זיי קענענן נאר, אומגעפרעגט
מיר האבן שוין געניג געליטען פין זיי ביז היינט

מיר דארפן נישט קיינעמ'ס ארקענוג, מיר זענענן געניג גרויס
אין מיר ווייסן אז מיר האבן א רבין, אן דעם וואס עפעס א רבי'לע אדער אפאר פרעמעדע מענטשן זאלן עס ארקענענן

ברענגנייעס:
גל עיני

דו מישט 10 פאקטן

נומער איינס, זאגסטו אז 53 האט מסכים געווען איר זאלט פארדינגן די בילידינג פאר די זאליס,
וואס איך פערזענליך האלט זיכער אזוי, זאל זיי זיך גיין נישט קיין חילוק וואו

אויב דאס איז אמת, זיער מעגליך זייער מסתבר אז יא, איז מיין טענה נישטא מער

נומער צוויי, א ויב האלטטו אז פאר געלט טאר מען נישט טשעפען א צוייטע חסידות, וויל איך דיר
פרעגן, [קענסט סיווואו זאגן וואס דו וילסט] וואס וואלט איר געטאן ווען 53 וואלט נישט מסכים
געווען, איז דער תירוץ "טאפ דאלער" גענוג, אדער איז דא גענוג נאר אלץ צירוף

נומער דריי, דיין מימרא אז משה גבאי פארשטייט און ער מישט זיך נישט מפני היושר, מפני השלום
,מפני ווייל איר האט אים געבעטן, איז נאויוויטעט פון העכסטן גראד, ער האט קודם גענומען א צד
שארף פאר אנשי רב"צ מבאבוב, און ווייל ער איז גוט מיט רח"ש בן רב"צ מבאבוג, נאר ער האט צוריק
געדרייט, וווייל די טענות וואס אנשי רב"צ מבאבוב ניצן ביי די דין תורה [ און מיט וואס זיי
פארן גאנץ גוט ביי די דין תורה, לפי השמועה] איז די זעלבע טענות וואס די אהרונים וואלטן ווען
גענוצט ווען עס וואלט ווען געווען א דין תורה אין סאטמאר, ממילא האט משה גבאי זיך געטראפן בין
פטיש לסדין, אבער מצדי האלט וואס דו ווילסט אבער ביטע שרייב עס נישט, ווייל עס איז כמעט אזוי
גוט, ווי די מימרא פון משה גבאי אז רבינו בעל ברך משה זצ"ל איז נישט געקומען צו די חתונה
ווייל מען האט אים אוועק גענומען א דירה האט ער נישט געוואלט קומען

נומער פיר, דיין סטראשע אז די רופט נישט סאטמארע רבי מער נישט מיטן נאמען נאר אלץ אדמור קרית
יואל, מאכט מיר לאכן, נאר נאך איין זאך שרייב עס נישט דא אויפן פארום, ווייל די מדרגה פון
קינדישקייט דערפון ברענגט אראפ דעם ניווא פון דעם פארום


גל_עיני:
KJ


Don't be a hypocrit
 אונז אין באבוב וויסען שוין איבער א יאר אז חסידים מאכען א רבי און נישט די צייטונגען




אבער דיר וויל איך פרייגען אויב די וויסט פון דעם, פאר וואס האט אויסגפעלט דער בלאט? 

למעשה איז קלער  אז רובא דרובא פון די שרייבערס און די ליינערס דא האלטען אז מלך דייטש איז WRONG און ער סערועט נישט סאטמער ארבטען אנקעגען אונז,

מיר טיט ווי פאר וואס טשעפט אונז דער בלאט וואס האט ער פון דעם?

אונז האבען גיעפערט דעם בלאט געלאט םאר עד'ס און ער נאמט נישט

גל_עיני:
KJ
OUCH

נאך אמעל שלעכט געזעגט,

די און דיין בלאט מישען זיך אריין,
סי איז שוין איבער א חודש פון סאטמער רבי'ס פטירה האסטו געהרט א ווארט פון אונז? ניין!
אבער דער "גרויסע" בלאט האט זאך יא געמישט ביי די "קליינע רבלעך", מדוע?

Kj_village:
אנטשולדיגט, בארואיגט אייך

די  מציאות איז היינט, אז א קהלה מוז האבן א צייטונג
אבער נישט אז די צייטונג מאכט די קהלה/רבי

איך האלט אז מיילך דייטש איז נישט ראנג, ווייל

1}ווייל רב"צ האט א גרעסערע עולם
2}ענק האבן געבעטן מען זאל ענק נישט דעקען!!!!
מילא האט עס רב"צ באקימען, אוועק נעמען פין עם קען מען עס שוין נישט!!!!!!!!!!!!!!!!
מען דארף ווארטן אויף בי"ד

גל_עיני

זיי נישט אזוי פאני, קיינער איז ענק גארנישט שילדיג, ווארט רואיג ביז די פסק קימט ארויס
מיר ווארטן שוין 6 יאר אויף די פסק, קענט עטץ ווארטן לכל הפחות צוויי יאר

צום לעצט,די רדיפות וואס חסידי רמ"ד האבן אויסגעטיילט פאר רב"צ בן מוהר"ש
ענדעלט זייער שטארק צי די רדיפות וואס די זאליס האבן אויסגעטיילט פאר רבינו שליט"א בן בעל ברך משה זי"ע הכ"ם

זיי מיר אין האב מיר

גל_עיני:
KJ

אויף דיין ערשטע שאלה וואס איך וויל יעצט,
תשובה:
ווי לאנג די קענסט נישט ארופ שלינגען אז אונז זענען באבוב (וויל אזוי האבען די חסידים מחליט געוען) שרייב גארנישט לא מדובשך ולא מעוקצך

אבער זיי מסביר דא פאר דיינע סאטמער חברים פאר וואס שרייבסט יא ווען מען בייט דיר נישט צו שרייבן

גל_עיני:
ברענגנייעס
אויף די געלט שאלה וועס די האסט געפרעגט,
סי איז דא אגרויסע חילוק מאכען געלאט צו האלפען באגרובען א שונא, אדער מאכען ביזנעס מיט א שונא,  
מאן טער נישט מאכען גאלט האלפען באגרובען א שונא
מאן מעג מאכן ביזנס מיט א שונא

אויף דיין פוינט אז סי מאכט דעם פורם ביליג, און עס מאכט דיר לאכען,
געדענג סי איז אפשר שארף אבער עס האט דיר געבאדערט אז די זאלסט "גיט" פארשטיין מיין פוינט

Kj_village:
גל

אנטשולדיגט, איך ווייס נישט ווי די האסט געזעון אין מיינע ווערטער אז ענק זענענן נישט באבוב
זיכער ביז די דין תורה זענענן ביידע באבוב

אבער נישט יעדער מוז אזוי האלטן
אין מיילך דייטש האלט נישט אזוי,אשר על כן??

לכבוד_שבת:
הגה"צ רבי יושע רובין שליט"א אבד"ק באבוב באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ווען ער האט אים איינגעלאדענט צו די חתונה פון זיין טאכטער, דער סאטמאר רבי שליט"א האט מיט כבוד והערצה אויפגענומען דעם באבוב'ער רב שליט"א און מכבד געווען מיט פירות.

געגאנגען:
גל עיני. סאיז א טו וועי סטריט.

ווען ענק האבן פארדינגען די האל פאר די סיגוטער אויף שבת, האבן ענק זיך אויסגענומען א תנאי אז
די איד מוז שרייבן אויף ענק אדמו"ר מבאבאוו.

ביז דעמאלטס האסטו נישט געהאט קיין טענות אויף קיינעם, אבער בעסער געזאגט ביזט געווען גערעגט
אויף יעדן, ווייל יעדער האט ענק בויקאטעט, אדער וועגן געלט, אדער וועגן אנדערע סיבות.

למעשה יעצט ווייל ענק האבן פארדינגען די האל פאר די סיגוטער, דארף מיילעך דייטש טוישן די
ליניע און ענק רופן אדמו"ר מבאבאוו ?

אביסל קאמאן סענס.

גל_עיני:
KJ
אשר על כן שרייב נישט גארנישט, לא מדובשך ולא מעוקצך אזוי ווי מיר האבען געבעטן 

סי האט דיר געדוירט אביסעל לענגער ווי דיינע סאטמער חברים צו פארשטיין אז מלך דייטש פירט א אייגנע פאלטיק, יעצט אז די חאפסט שוין היתכן איר לאזט איהם דאס מאכען אונטער קרית יואל נומען אנקעגען דעם רצון פון רוב פון אייער קהל,

דער פאקט איז אז דער גרויסע גאס האלט אז דער בלאט בריינקעט ארויס דעם קרית יואל רבי'ס צד

איך_הער:
גל ממש א קלייניגקייט , ס'האט גארנישט מיט די דעבאטע דא , זיי אזוי גוט און טייפ א ביסל שטאטער וועסטו נישט מאכן אזויפיל מיסטעיקס מ'קען כמעט נישט ליינען וואס דו שרייבסט , אדער פאר דו דרוקסט שלח תגובה געב א קוק איבער שנעל און פאררעכט אלע מיסטעיקס . יישר כח.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 00:00 לינק ישיר 

אשר_זלמן:

איך פארשטיי נישט וואס דט גייט פאר,

לכבוד_שבת:
וואס האט דער בלאט געשריבן אויף באבוב-אונגער?

הגה"צ רבי יושע רובין שליט"א אבד"ק באבוב באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ווען ער האט אים איינגעלאדענט צו די חתונה פון זיין טאכטער, דער סאטמאר רבי שליט"א האט מיט כבוד והערצה אויפגענומען דעם באבוב'ער רב שליט"א, און אים געזעצט לעבן זיך ביים אויבנאן, און מכבד געווען מיט פירות



בא_ללמד:
די מנהלים - אלע צוזאמען - האבן באשלאסן אז דער קעפל איז פארפירעריש, דען עס איז נישטא קיין
שום באווייז אז דער סאטמארער רבי שליט"א - דער וועלכער איז אויך רבי אין קרית יואל, נישט נאר
אין איין ווינקל פון וויליאמסבורג... - זאל האבן גענומען א שטעלונג אין די מחלוקה, אדרבא, אלע
סימנים צייגן פארקערט.

ווי אויך איז די מיינונג פון רוב שרייבער פון דעם פארום אז דאס איז די פריוואטע החלטה פון דער
בלאט.

באבוב - רמ"ד (וויאזוי איך וואלט ווען געשריבן) איז בהחלט א בארעכטיגטער נאמען.

לענינינו.

דו ענטפערסט נישט וואס מ'פרעגט דיר.

ווען מעג מען טשעפען א פרעמדע קהילה פאר געלט, און ווען טאר מען נישט ?

Kj_village:
בא_ללמד

ביסט אויפן קאפ געפאלן??
דיר באדערט אז רמ"ד האט פארדינגען פאר די זאליס זייער בילדינג???

אדרבה איך האלט אז ער האט זייער גיט געטיען,
ווייל די זאליס וועלן ענעוועי האבן א בילדינג, זאלן זיי אבער גיין ווי פריער ווי די אויגן טראגן זיי

איך_הער:

גל דו נעמסט צו פערסענעל א יעדע זאך , איך וועל דיר מסביר זיין וויאזוי איך האב אנגענומען דעם טויש פון קעפל,
דער פראבלעם איז נישט געווען מיט דיין אויסדרוק קרית יואל רבי , נאר די פאקט אז כאילו ער האט גענומען א שטעלונג און די מחלוקה וואס דו ווי איך ווייסן דעם אמת אז ס'הייבט זיך נישט אן , דאס איז געווען דער פראבלעם און פארדעם האט מען עס געדארפט טוישן,
און וועגן באבוב אונגאר מעגסטו נוצן דיין שכל ( וואס איך בין נישט זיכער אז דו האסט, נאכן זען דיין אויספלאץ מיט דעם אשכול ,) אז ווען ס'וואלט געווען די מעשה מיט די אנדערע באבוב וואלט מען ווען געשריבן באבוב רב"צ, האלסטו נישט אזוי? דו איינציגסטע זאך וואס איך טראכט אז ס'קען דיך באדערן איז, ( און דו קענסט זיך אויף דעם ארויף כאפן ) אז מ'וואלט געדארפט שרייבן באבוב רמ"ד , און אויב דאס איז עס קען זיין אז דו ביסט גערעכט,

בא_ללמד:
איך האב געשריבן בשעתו פאר גל עיני ברבים, אז איך האב הנאה אז מיר זענען פון זיי פטור
געווארן, אבער דאס בארעכטיגט נישט פאר באבוב-רמ"ד צו פארדינגען פאר זיי דעם בנין אין צענטער
פון שטאט, אזוי נאנט צום סאטמארן ביהמ"ד.

די טענה פון גל עיני איז דאן געווען אז זיי האבן עס געטון פאר געלט, יעצט וויל איך וויסן
פארוואס נאר זיי מעגן נעמען געלט און אונז נישט. (נניח אז דער בלאט איז "אונז")

גל_עיני:
בא ללמד יישר כוח פאר דיינע ווארימע ווערטער

איך האב דיר יא גענפערט מען טארנישט קיין מעל טשעפנען א קהילה פאר גאלט,

סי איז דא א גרויסע חילוק צוישען מאכען  גאלט צו האלפען באגרובען א שונא, אדער מעכן גאלט דורך ביזנעס מיט דיין שונא

לגבי אונז פארדינגען דעם בנין אין בארא פארק
אונז האבען געמאבט ביזנעס, חלילה נישט באגרובען קיינעם, אדרבא די 53 קהילה האט זיי נישט געוואלט, און זיי זענען נורמלער פון רב"צ מענטשען און פארשטענען אז מיט דעם וואס דער אנדערע זייט האט א פלאץ. איז בעסער פאר זיי. 

גוטזאגער:

גל עיני,

סאטמארע רבי האט גארנישט קעגן ענק. אדרבא, ער איז מכבד ענקער רבי און רב.

עס איז פאראן איין מענטש וואס הייסט מיילעך דייטש, וואס האט שטארק ליב פון די גרינע סחורה. איך בין זיכער אז ער האט פארקויפט דעם טיטול "כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א" אין אן אקשאן. די קהלה וואס האט געצאלט די מערסטע געלט האט באקומען פון אים דעם טיטול.

בא_ללמד:
גל עיני.

דאס איז נישט 'ביזנעס מיט א שונא', דאס איז א שול געמאכט צו צוברעכן סאטמאר אין בארא פארק
(נישט קיין חילוק דאס וואס זיי זענען כקליפת השום קעגן סאטמאר) !

ס'איז אסאך ערגער ווי סתם "נישט דעקן" איין זייט אין די מחלוקה !

געגאנגען:
גל עיני. איך האב דיך געפרעגט א אנדערע קשיא, פארוואס דארף סאטמאר טוישן זייער פאליסי. נאר
ווייל סיגוט האט געטוישט זייער פאליסי נאכדעם וואס ענק האבן פארדינגען פאר זיי די האל?

אויסער דעם, אויב סיגוט פארשטייט אז ס'איז זיי גענוג חשוב צו טוישן פאליסי נאר אז ענק זאלן
זיי פארדינגען די האל, פארוואס פארשטייסטו נישט די זעלבע זאך אויף פארקערט, אז סאטמאר זאל
דירעקט בויקאטן ענק פארן פארדינגען די האל?

וויפיל בלוט האט סאטמאר אין ב"פ געשפיגן פארן פארדינגען פאר ענק די מתיבתא אין לאנג איילענד?

יעצט דארף מען טוישן די פאליסי נאר ווייל ענק האבן געגעבן א קאפע פאר אונז?

גל_עיני:

נאכמעל

דאס מיינט אז קרית יואל פירט א מערכה אנגעגן אונז?

עפשטיין:

איך זע נישט קיין עוולה אין פארדינגען א בנין פאר איינעם

איינער וואס האלט אז  ר' זלמן לייב מעג נישט מאכען שבת פאר זיך אין בארא פארק איז א שוטה.

עס איז נישט דא אפילו איין נארמאלע אהרוני וואס האלט אז מען דארף זיי נישט פארדינגען קיין בנינים

זשוליאני08:

גל_עיני:
אלס "ליינער" פון דער בלאט און אלס א חסיד פון סאטמאר רבין שליט"א, קען איך דיר זאגן בפה מלא בשם טויזנטער אנדערע ווי איך, אז מיר צוקראצן זיך גאנץ ווייניג וויאזוי דו באשליסט צו טיטולירן אונזער רבין שליט"א דא אויף היידפארק (אין שלומה של מלכות אדער אין קול באבוב וועסטו דאך נישט אזוי שרייבן...)*:NAMESPACE PREFIX = O />


מיר איז אבער א גרעסערער וואונדער אויף דיר. יא אויף "דיר" טאקע, וואס דו ביזט דאך דער גאנצער קאפ-שטיק און סטראטעגיסט דארטן אין "באבוב" (קוק איך פארגין דיר צו רופן "באבוב"...) און ווי איך ווייס זענען ענקערע אינגעלייט און בחורים שטארק פארגלייבט אין דיינע סטראטעגיעס און דו ביזט דער גאנצער טאן-געבער (נישט אז זיי ליינען היידפארק, נאר טאקע דארט אין 45!) וואס האט ביז היינט גע'טענה'ט אז אויב א צייטונג וויל ענק נישט אנערקענען אלס "באבוב", זאלן זיי ענדערש נישט שרייבן פון ענק, (וואס איך וועל מודה זיין איז גאנץ א אויסגעהאלטענער מהלך, ובפרט האט זיך דאס גוט ארויסגעשטעלט ביי ענקער פריערדיגע חתונה און ביי די יארצייט, ווען אלע צייטונגען האבן געמוזט אויפגעבן אזעלכע גוטע בילדער און נייעס, נאר ווייל זיי האבן נישט געוואלט שרייבן אויף ענק באבוב.)


און דא ביים פארדינגען ארמון-טערעס האסטו אזוי פארראטן דיינע בחורים און אינגעלייט, נאך אזויפיל חדשים וואס דו שרייסט אז ווער עס וויל ענק נישט רופן באבוב זאל בעסער נישט שרייבן, האסטו מסכים געווען אויף אזא אפמאך מיט'ן איד, און זיי געלאזט רופן ענקער רבין מיט'ן נאמען "רמ"ד מ'באבוב"? א טיטול וואס דיינע אינגעלייט און בחורים קענען נאך אלץ נישט אראפשלינגען טראץ דיינע פראווען זיי צו בארואיגן, און זיי האבן רעכט אויכעט, ווייל פארוואס פארדינט דער רבי פון 48 דעם טיטל כ"ק אדמו"ר מבאבוב אן זיין ערשטן נאמען? אפשר זאל מען יענעם רופן "רב"צ מבאבוב", און ענקער רבין רופן אנעם ערשטן נאמען, וואס דאס איז א פחיתת הכבוד, וואו דו אליינס האסט ביז היינט געשריגן.


אלא מאי, אז דו האסט מסכים געווען נאכצוגעבן אויף אזא וויכטיגן פונקט, און לאזן פאלן די געמיטער פון דיינע בחורים און אינגעלייט, (דו ווייסט אז איך ווייס דעם אמת!) – דעמאלט געב נישט אויס דעם כעס אויף אונז...

בא_ללמד:
עפשטיין.

איך האב שוין מער ווי איינמאל ארויסגעשריבן קלאר אז פון מיין זייט קען ער רואיג פארדינגען,
זאלן זיי זיך גיין געזונטערהייט.

אבער אפילו אזוי איז עס א פליק פאר די אהרונים, נישט ווייל עס טוט וויי פאר עמיצן, אבער ס'איז
קלאר אז פאר אומזינסט, אדער אפילו פאר ביליג, וואלט עס באבוב-רמ"ד נישט געטון.

והא ראי' - ווי מ'האט שוין געשריבן דא - אז רמ"ד'ס חסידים האבן אליין פארשטאנען אז זיי גייען
דא טון א געוואגטן שטיקל, און אז דער איד וועט זיך לכבוד דעם מוזן ברעכן פאר זיי.

אויב אזוי זאל ער פארשטיין אז ווען אלימלך דייטש האט א צייטונג און מאכט א אוקשען, זאל ער
פארנעמען די רעזולטאטן דערפון מיטן תירוץ אז מ'טוט עס נאר פאר געלט.

גל_עיני:

ביסט אבער מסכים אז ווען איך שרייב און די קול באבוב אויף דיין רב'ן כ"ק האדמו"ר מקרית יואל בן האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמער שליט"א וולסטי געשפרינגען,

YOU KNOW WHAT I LIKE THE IDEA

עפשטיין:
בא ללמד

ער טוט עס נישט בחינם ווייל קיינער גיט נישט קיין ריעל עסטעיט בחינם, אבער איך גלייב נישט אז ער האלט אפילו איין רגע אז עס טוט וויי פאר די אהרונים.

א פרייז פון א נאמען איז פשוט ווייל  אין בארא פארק איז דא א מאנגל אין פלאטץ קען ער אים בעטן אויפהערן צו נעמען א צד קעגען אים אויב ער וויל צוקומען צו אים, , אבער צו זאגען אז איז א דערוואגטע שטיקל? ניין איך זע עס נישט.

קיינער האט נישט קיין טענות אז מען פארדינגט יענעם א בנין, אויב יא איז דער וואס פארפירט סתם א טעראריסט.

יעדער האט א רעכט זיך צו בויען פון אייגען געלט אויב מען נעמט נישט צו יענעמ'ס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 00:09 לינק ישיר 

גראדע וואלט איך נישט געשפרינגען, איך וואלט נאר געלאכט פון דיר אז דו פארגעסט אליינס דעם ציל פון דיינע אויסגאבעס, צו בויען דיין רבין, צו שרייבן מופתים פון מהרנ"צ זצ"ל, וכו' וכו', צו פיטערן דיינע בחורים און אינגעלייט און מאכן פראפעגאנדע אין די גאס, (א זאך וואס דו האסט פאקטיש זייער גוט באוויזן!)
טא, אויב דו ווילסט דוקא און טוישן דעם ציל דערפון און שפילן אנדערע פאליטיק דערמיט, "גאו עהעד..."
פאקטיש, איז דער בלאט א "צייטונג", (נישט קיין חילוק צי עס באלאנגט פאר סאטמאר אדער מיילעך דייטש), ווידעראום דיינע אויסגאבעס זענען נישט קיין צייטונגען וואס דארף בכלל נעמען א שטעלונג אדער דעקן א צווייטן, אויב האלטסטו אבער אז דאס וועט צופרידנשטעלן זיינע בחורים, דעמאלט "בי מיי געסט"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 00:47 לינק ישיר 

עס איז א גערעכטע טענה פון גל_עיני, צד באבוב רמ"ד בעט נישט קיין טיטלען, זיי בעטן נישט קיין דעקונג, זיי בעטן נאר איין זאך:
אויב שרייבט מען פון אונז, ביטע נאר בכבוד הראוי.
לשבר את האוזן האט ער גענוצט דעם משל מען זאל שרייבן כ"ק אדמו"ר מהר"א טייטלבוים בן הברך משה מסאטמאר. - יעצט פארשטייסטו שוין אז ס'איז בזיונות?

עס איז טפשות צו זאגן אז כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט מיט די בלאט, און ס'איז אן עולה אויב מען וואלט אפילו געגאנגן רעדן צו אים דערוועגן, אבער די חסידים און ארויסגעבער פון די בלאט מעגן (זיי מוזן נישט...) האבן אליין שכל אז מ'דארף זיך נישט צורייסן און טשעפען מיט קיין איין רבי'ן על ריב לא להם.

צד באבוב האט געמעגט פארדינגען ארמון טערעס, פונקט ווי קראסנא אין וומסב"ג האט פארדינגען זייער הויף פאר'ן טענט. יעדער ווייסט אז דאס מיינט נישט גענומען קיין צד.
ווען יאנג איזראעל אין וויליאמסבורג פארדינגט פאר איחוד התלמידים, מיינט דאס גענומען א צד???
וויפיל נארישקייטן נאך דארף מען אריינשמעלצן אין די פאליטיק.

נאכאמאל: צד באבוב (רמ"ד) בעט איין קלייניגקייט: "שרייבט נישט פון אונז! אויב ווילט איר דוקא שרייבן, שרייבט בכבוד, נישט קיין שפעט-נאמען. אויב ווילט איר שרייבן נאר מיט בן\חדב"נ, זענען מיר מוותר אויפ'ן כבוד און מיר דארפן נישט קיין שום דעקונג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 01:16 לינק ישיר 

איך האב געפרעגט א פלעינע קשיא, און איך ווייס נישט פארוואס איך בין נישט זוכה צו א תירוץ? איז עס די ערשטע מאל וואס דער בלאט שרייבט אזוי אויף די באבובער רב און רבי? ווי ווייט איך ווייס איז אזוי געשטאנען אין די צייטונג, אין דער בלאט שטייט שוין אזוי באלד א יאר, אין דער איד איז אזוי געשטאנען ביז ממש אפאר וואכן צוריק, און אזוי שרייבן אלע פרעמדע צייטונגען וואס שרייבן יא נייעס פון רמ"ד. גראדע פון רבי'ן פערזענליך איז דא אסאך מער סימפאטיע צו רמ"ד'ס מענטשן, און מ'קען זען קלאר אז אלע רב"צ מענטשן - לכל הפחות אויף היידפארק - זענען אפן סימפאטיש פאר די סיגוטער, פארוואס פונקטליך ווייס איך נישט. איז וואס האט זיך יעצט גל עיני אויפגעוועקט? ווייל דער איד האט יעצט אנגעהויבן שרייבן רמ"ד מבאבוב ווייל זיי האבן געדארפט די האל אין ב"פ, דארף די בלאט טוישן פאליסי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 01:40 לינק ישיר 

שוין א צייט צוריק, די פונקטליכע זמן איז א וואך נאך די חתונה בבית כ"ק אדמו"ר הרמ"ד מבאבוב שליט"א סוף חודש אדר, האט צד באבוב (הרמ"ד) געבעטן פון אלע חרדי'שע אידישע צייטונגען און מאגאזינען, אז זיי זענען "מוחל טובות", זיי דארפן נישט מער מ'זאל זיי דעקן, נאר אויב מען שרייבט פון זיי בדרך כבוד.

ד.ה. ביז דעמאלט איז אין אלע צייטונגען געשטאנען "כ"ק אדמו"ר מהרמ"ד אונגער שליט"א חדב"נ כ"ק מרן מהרנ"צ מבאבוב זצוק"ל"

זיי האבן געבעטן אלע צייטונגען אזוי צו טאן, מ'זאל פון זיי מער נישט שרייבן אויב מ'קען נישט שרייבן בדרך כבוד. פון דעמאלט אן האט מען מער גארנישט געשריבן אין די צייטונגען פון באבוב.

ביי די מעשה פון ארמון טערעס מיט אפאר וואכן צוריק, האבן די יונגעלייט אין באבוב פארפירט אז מ'טאר עס נישט פארדינגען פאר סאטמאר רז"ל, ווייל משה גבאי האט גענומען זייער א שארפע שטעלונג אנהויב מערכה אין באבוב, און לכבוד די איד שרייבט מען נישט געהעריג פון אדמו"ר הרמ"ד מבאבוב.

איז געווען דעמאלט אן אפענער פארלאנג צו צד סאטמאר רז"ל, אויב זיי ווילן האבן די זאל ארמון טערעס (פאר גוט באצאלט) מוזן זיי טאן תשובת המשקל און אנהויבן שרייבן מיט געהעריג כבוד אויפ'ן באבובער רבי'ן הרמ"ד.

צד סאטמאר רז"ל האט געענטפערט אז עס שטערט זיי נישט, זיי האבן קיינמאל נישט גענומען קיין שטעלונג (מיט א זאק תירוצים) און דער אפמאך איז געווארן אז מען גייט מער נישט טשעפען באבוב רמ"ד אין איד.

דאס זעלבע האט צד באבוב רמ"ד געבעטן פון די בלאט און פון די אנדערע צייטונגען.

יעדער פארשטייט עס, קיינער איז נישט אינטרעסירט זיך צו טשעפען מיט קיינעם, נאר די בלאט פאר א געוויסע סיבה וויל דירעקט טשעפען דעם באבוב'ער רבי'ן רמ"ד מיט זיינע הונדערטער חסידים. פארוואס? פארווען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 01:59 לינק ישיר 

די בלאט האט נישט קיין שום אינטערעסע צו טשעפענען מיט קיינעם, דו ווייסט עס זייער גוט. אפילו די סיגוטער טרייען יעצט צו מאכן א קאשע צווישן סאטמאר און רמ"ד מבאבוב. די איינציגע אינטערעסע וואס איז דא איז פון מיילעך דייטש צו מאכן געלט. וואס ער האט באקומען פון רב"צ. און א יאר צייט האבן די רמ"ד'ס חסידים געלאזט מ'זאל שרייבן אויף זיי איבעראל די זעלבע זאך. די איינציגסטע מאל וואס ס'איז נישט געשטאנען איז געווען ביי די חתונה ווען זיי האבן געזאגט אז זיי לאזן נישט אריינלייגן די פיקטשערס נאר אויב מ'שרייבט באבוב, וואס קיין איין צייטונג האט נישט געוואלט, און ס'איז טאקע אין ערגעץ נישט געווען. מיט דעם אלעם איז יענע וואך געווען פיקטשערס אין די איד פון די יארצייט סעודה! און נאכדעם איז ווייטער געווען געהעריג פיקטשערס אין בלאט וואו סאיז ווייטער געשטאנען די זעלבע טיטלען. נאר יעצט ווען די איד האט געטוישט פאליסי (און דארט שטייט אויך נישט געהעריג באבוב, אבער לאמיר יעצט נישט רעדן פון דעם), האבן רמ"ד'ס מענטשן געמיינט אז די בלאט וועט מוזן נאכטאנצן די איד און מאכן א בואי בשלום. אז ס'איז נישט געשען זאל ער קיינעם נישט באשולדיגן, קיינער האט אים נישט געהייסן טאלערירן א גאנץ יאר ווען מ'האט אזוי געשריבן. די בלאט טאנצט נישט נאך די איד'ס פאליסיס מיט בלינדע אויגן!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 02:21 לינק ישיר 

די טיטלען וויאזוי מען שרייבט יעצט אין איד, איז שוין געשטאנען אין בלאט אפאר מאל.

נאכאמאל, מען פארלאנגט נישט די טיטלען און מען פארלאנגט נישט קיין דעקונג (א ודאי קען מען באשטיין צו האבן...)

איין זאך וואס באבוב בעט איז: אויב שרייבט עטס וועגן אונז, אויב ווילט עטס דעקן אונזערע מסיבות\שמחות\מאורעות, דעמאלט שרייבט פון אונז בדרך כבוד.

אויב נישט, זענען מיר מוותר פון די אלע באשרייבונגען אין בלאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 03:47 לינק ישיר 

איך מוז זאגן די אמת, סבאדערט מיך שוין זייער לאנג פארוואס מיילעך דייטש שלעפט אריין גאנץ סאטמאר אין טינופת נאר ווייל ער באקומט אפאר דאלער. ער האט פון די ערשטע מינוט נישט געטארט איגנארן ר' מרדכי דוד, נישט נאר ווייל אונז דארפן זיך נישט מישן אין פרעמדע שמוץ טאפ, נאר אויך ווייל ר' בן ציון באקומט פולי עדווייז פון משה גבאי, וואס האט אים אין די לינקע טאש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 04:40 לינק ישיר 

גערעכט

זאת ועוד, די גאנצע שנאה פון משה פרידמאן צו ר' מרדכי דוד נעמט זיך ווייל ר' נפתלי מבאבוב איז געקומען צום יסוד איתן אין ארמארי, אין משה האט געשוואוירן נקמה אין אים.

אלע יארען ווען ער האט געלעבט האט אים משה מיט דער איד כמעט איגנארירט לכבוד דעם.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 07:34 לינק ישיר 

נאכן איבערליינען די גאנצע מגילה דא:

האב איך באמערקט אז אויף אלעס האבן ענק א ענטפער:

ענק פארשטייען פארוואס די בלאט שרייבט אזוי ווייל לשיטתך האט מען נישט געמעגט פארדינגען די באבובע מתיבתא פאר חסידי רז"ל.

ענק פארשטייען אז רב"צ האט מער מענטשען אין אז אזוי האט מען אלעמאל געשריבן אין פארוואס זאל מען אויף איינמאהל טוישן.

ענק פארשטייען אז דאס איז נישט סאטמער נאר א יחיד.

אבער איין קשיא די ערשטע אין די לעצטע האט נאך קיין איינער נישט פרובירט צו פארענטפערן!!!!!!

די קשיא איז אזוי:

אזוי ווי אונז חסידי באבוב-רמ"ד ווייסן פין די אלע תירוצים'לעך אין ממילא שיקן מיר נישט קיין בילדער צו קיין איינעם נישט נאר בתנאי אז ער שרייבט בלשון כבוד אויף אונזערע רבי אין אונזערע קהילה.

איז געגאנגען "דער בלאט" אין אליינס על דעת עצמו אויפגעזוכט בילדער פין דער חתונה אין עס קאפיעט אין אריינגעלייגט אין דער בלאט אהן צו שרייבן 'באבוב'.

דאס הייסט אז דער בלאט- סאטמער ר"א - האט א שיטה אז נישט נאר אז 'איך' שרייב נישט אויף דיר באבוב ווען 'די' שיקסט מיר אריין ארטיקלען\ עדווערטייזינגס\ בילדער, נאר אפילו ווען די שיקסט מיר 'נישט' וועל 'איך' נאך אלס שרייבן אויף דיר בלשון ביזיון אהן דיר צו פרעגן.    איך וועל גנבנע'ן בילדער פין הייד-פארק!!!!!!

ענקערע אלע תירוצים אויבן קען מען אפשר אהנהייבן צו פארשטיין אויב דער מצב איז "אז איך שיק דיר בילדער" אין דעמאל'ס טוסטו ווי די פארשטייסט.

אבער אז 'די' לויפסט 'כאפן' מיינע בילדער אויף הייד-פארק אין די שרייבסט 'לכתחילה' 'ובידיעה' בלשון ביזיון איז דען דאס נישט קיין פארברעכן?
איז דאס דען נישט אן אפענע אוויזיע קעגן קהילת באבוב-רמ"ד?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 08:07 לינק ישיר 

בארואיגטס ענק באבובער.

ווען עטס האט פארדינגען די זאל פאר די סיגעטער האט עס פאר קיינעם באמת נישט צופיל געבאדערט און דא אויף כל העולם כולו האט רוב ציבור אנערקענט אז עטס זענט געווען גערעכט, און פאר גוט באצאלט האט עטס געמעגט פארדינגען דעם זאל.

היינט אינדערפרי זענט עטס ארויפגעקומען אויף אונזער פארום און אנגעפאנגען צו אטאקירן אונזער רבי'ן כאילו ער האט נישט בעסער וואס צו טאן נאר זיך צו שלאגן מיט ענק. אן ענטפער האט נישט געשפעטיגט צו קומען, עטליכע גולשים האבן ענק אטאקירט היתכן עטס האט טענות אויף אונז בשעת עטס האט פארדינגען א זאל פאר די סיגעטער.

ווילאנג עטס האט אונז נישט געטשעפעט איז דאס קיינעם נישט אנגעגאנגען אבער אז עטס האט אנגעפאנגען צו אטאקירן אונזער רבי'ן איז זיך ענק געקומען גוטע פעטש. דאס פארשטייט עטס אז באבוב האט פאר גוט געלט געמעגט העלפן די זאליס, אבער ווען א צווייטער פארקויפט זיך פאר געלט קעגן ענק פארשטייט עטס נישט.

אונזער אויפברויז און אנטוישונג קעגן ענק איז נאך סאך גרעסער, ווייל ארמון טערעס איז פארדינגען געווארן פאר די זאליס דורך ענקער קהלה, נישט דורך א פריוואטער מענטש. משא"כ אין אונזער פאל ווערט דער בלאט געפירט דורך מיילעך דייטש, א פריוואטער מענטש, וואס פרעגט נישט קיינעם וואס צו טאן, און לאזט זיך פארקויפן פאר אפאר דאלאר.

אדרבא, אויב האט עטס א פראבלעם מיט מיילעך דייטש עפנטס אויף א צייטונג קעגן אים, נישט נעמטס ענק אטאקירן אונזער רבי'ן.

איך ווארט אויף אן אנטשולדיגונג פון ענק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 15:32 לינק ישיר 

דיין פרובע מיט די ארמען-טערעס באבובע מתיבתא איז אזוי נעריש אין קינדעריש אז צו גלייבט זיך נישט אז צו ווערט איבערגעחזר'ט נאכאמאל אין נאכאמאל.

אבער די ענטפער'סט נישט פארוואס "דער בלאט" נעמט בילדער פין הייד- פארק כדי אונז צו טשעפענען!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 16:02 לינק ישיר 

די טענה מיט ארמאן טעררעס איז בכלל נישט קיין נארישע, אפילו אויב ס'איז נישט קיין געהעריגע טענה פאליטיש, איז זיכער אז ס'האט שטארק געטשעפעט סאטמאר אין ב"פ אז סיגוט עפנט אזוי נאנט צו זיי - אפילו אויב ס'פאסט נישט פאר סאטמאר מודה צו זיין...

אבער למעשה בין איך נעכטן טאקע לכבוד דיר אויפגעווען ביז דריי אזייגער ביינאכט, און איך האב געטראפן דריי מאל וויאזוי דער איד האט געהאט פיקטשערס פון ענקער רבי, שוין נאך די מעכטיגע חתונה, און ס'שטייט די זעלבע טיטל אויף ענקער רבי ! (איינמאל שטייט ממש אזויווי יעצט אין בלאט, און די אנדערע מאל שטייט פלעין 'כ"ק אדמו"ר הרמ"ד אונגאר שליט"א'...).

אפשר אז איך וועל שפעטער זיין ביי א סקענער וועל איך עס אריינסקענען.

(און צוריקגעשמועסט, איז דער איד אפילו נאך יעצט א היבשער בזיון פאר ענק, ווייל רב"צ איז נאך אלץ סתם אדמו"ר מבאבוב, און ענקער רבי איז רמ"ד מבאבוב).

וואס איך בין הונדערט פערצענט זיכער אז מיילעך דייטש האט עס נישט געטון מיט קיין שלעכטע כוונה. פונקט פארקערט, די מציאות איז אז ביז יעצט האט נאר דער בלאט ענק רעספעקטירט ! און ווייל ענק האבן געבעטן האבן זיי נישט אריינגעלייגט קיין פיקטשערס, אינדערצייט וואס דער איד האט ענק מיאוס אויסגעשפילט און אנגעפיפן ! און יא אריינגעלייגט פיקטשערס אן די געהעריגע טיטל.

למעשה יעצט ווען דער איד האט ענק אנגעהויבן דעקן געהעריג, און אויף ענקער פארלאנג, האט מיילעך דייטש מסתם געפילט אז ער מוז ענק דעקן און ער קען עס נישט איבערלאזן אינגאנצן פאר דער איד - טאקע ווייל מ'אנערקענט ענק שוין אלס גרויסע חסידות - האט ער גענומען די זעלבע וועג וואס ער האט געטון ביז היינט. איך בין קלאר אז ער האט נישט געוואלט קיינעם טשעפענען.

[און אז דו פרעגסט מיך, וואלט איך דיר געזאגט אז פאר ענק דארף זיין סאך וויכטיגער יא צו האבן געהעריגע דעקונג אפגעזען פון די טיטל.

די פאקט איז, אז ביז א יאר צוויי וועט די די"ת זיין פארטיג, און דעמאלטס וועט שוין ווערן א געהעריגע נאמען פאר ענק ביידע (וואס, ווייס איך נישט), און די גאנצע מערכה יעצט מיט די נאמען וועט אראפ פון טיש.

אבער כדי זיך צו קענען בויען מוזן ענק שוין יעצט האבן פעסטע דעקונג אין די אידישע מידיא, וואס לויט מיין אפיניאן איז דאס די וויכטיגסטע פאר ענק צו ווייזן כסדר ענקער עולם.

אבער דאס איז מיין PERSONAL APPINION].



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 18:57 לינק ישיר 

לכבוד_שבת:

דיין פרובע מיט דער בלאט איז אזוי נעריש אין קינדעריש אז צו גלייבט זיך נישט אז צו ווערט איבערגעחזר'ט נאכאמאל אין נאכאמאל.

אבער די ענטפער'סט נישט פארוואס די "אונגעריסטן" פארדינגען א זאל פאר די זאליס כדי אונז צו טשעפענען!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 19:05 לינק ישיר 

גל_עיני
דארפסט פארשטיין, מען האלט שוין יעצט ביים סויף פין די באבוב'ע דין תורה
אין אלע סימנים ווייזען אז רב"צ גייט עס מאכן, מיט 100 פראצענט

פינקט יעצט ווילסטע אז מען זאל ריפען רמ"ד אדמור מבאוב????
אין מעון זאל עס גלייך  דארפן אוועק נעמען??

לאז געמאכט, אז עס איז גיט געווען ביז יעצט אזוי, לאז עס ווייטער גיין ווי ביז איצט
נישט אז מען זאל האבן שפעטער גרעסערע בושות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער בלאט פירט מערכה קעגן באבוב - רמ"ד?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext