סיגעטער פארשלאפט ב' שבועות צופרי
אנהייב וואך האב איך געהערט אז סיגעטער רבי איז איז אריין געקומען שב"ק 11.00 אזייגער צום דאווענען ווייל ער איז פארשלאפן.
איך האב עס נישט געגלייבט, ווייל דעם ערשטן טאג ווען מ' איז אויף אגאנצע נאכט, מ' לייגט זיך ביים עלות, דאווענט מען שפעטער, אבער דעם צווייטן טאג פלעגט מען דאווענען כמעט געהעריג ווי יעדען שבת, רבינו שליט"א איז אריין געקימען 10.00, אבער עלעף אזייגער?.
לייענענדיג דעם איד ווי עס איז געשטאנען פאריגע וואך אז דער סיגעטער וועט קימען צו חברה תהלים שבת צופרי, און "עס וועט זיין די ערשטע מאל אלס רבי וואס ער קומט צו חברה תהלים", אויך פאר די קינדער אין חדר האט מען געזאגט אז ער גייט קימען.
די וואך שטייט אז מ"ד ווידער איז געקומען און גערעדט צו די קינדער, און זיי געבעטן זאלן מתפלל זיין פאר'ן סיגעטער, אבער דער סיגעטער איז בכלל נישט געווען דארט.
זעט אויס אז די מעשה איז אמת, ער איז מיאוס פארשלאפן אז מ' האט אים נישט געקענט דערוועקן, איז ער כאטש אויפגעשטאנען לייענען קר"ש ביים זמן און זיך צוריק געלייגט?, אז נישט איז ער חלילה געווען מנודה כל היום (כדין העובר על זמן קר"ש), און אזוי האט ער געפירט די "גרעסטע טיש אין חסידישע היסטארי" רח"ל.
 |
|
|