גניבה: קעסטענבוים וויל גנב'נען דירה
אליעזר קעסנטענבוים האט באפוילען פאר דער אינגערמאן וואס וואוינט אין די דירה אין ירושלים, פון הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת מהרי"ט בבני ברק, אז ער זאל אויפהערן צו באצאלען רענט פארן ראש ישיבה, ווייל ער נעמט אוועק די דירה, און עס ווערט זיינס, אזוי וויד י גאנצע קרית ויואל משה אלע דירות ליגט אויפן נאמען פון אליעזר קעסטענבוים פריוואט.
כ"ק הגה"צ רבי בעריש מייזליש שליט"א אב" דסאטמאר בארא פארק, וואס כ"ק מרן בעל ברך משה זצ"ל האט אים געבען די דירה (ווען רבינו זצ"ל האט געבען פאר יעדס קינד א דירה פאר אן אייניקל), האט געשיקט אז הזמנה פאר דעם גנב און גזלן קעסטענבוים פונעם בדי"צ אורחת המשפט בראשות הרה"ג רבי יודא גרובער שליט"א, פארן וועלן גנב'נען די דירה, די וואך האט די בדי"צ אורחת המשפט ארויסגעשיקט די דריטע הזמנה ווי די בי"ד ווארענט אים אז זיי גייען געבן א כתב סירוב קעגן אים, נאכדעם וואס דער גנב האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון די ערשטע צווויי הזמנות.
דינסטאג האט קעסטענבוים גענטפערט אז ער איז דרייט צו גיין צו זיין נייע פורים בי"ד "דבר אליעזר" וואס ער האט אויפגעשטעלט אין ירושלים, אנגעפירט פונעם באנדיט לינדער.
די בדי"צ אורחות המשפט האט נישט אנגענומען די תשובה, און ווארט יעצט פון אים צו וועלכער בדי"צ ער וויל גיין, און נישט צו קיין פורים בי"ד, אז ער וועט נישט מעלדן וועט ארויסקומען א כתב סירוב קעגן דעם גנב קעסטענבוים.
 |
|
|