הרבו תחינה ובקשה לפני שומע תפילה
רבותי! לא עת לחשות די רשעים וועלכע ווילן אונטערבריינגען די גאנצע הארעוואניע וואס דער הייליגער רבי ז"ל האט אריינגעלייגט מיט מסירות נפש בדמים תרתי משמע, האבן אונז אריינגעשלעפט אין ערכאות של עכו"ם אז דער דזארדזש מיטן שווארצן חאלעטעל זאל פס'קענען ווער וועט פירן סאטמאר ח"ו. מ'דארף גרויס רחמי שמים ווען דער גורל פון עתיד פון אונזערע קינדער און דער גורל פון עתיד פון דעם ר'בינס הייליגע קהילה דארף ווערן היינט אנגנומען ווערן דורך אפאר דשארדזשעס בעלי בחירה, לא עת לחשות! א יעדער זאל נעמען א תהילים און אריינרייסן וועלטן שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים. די קרית יואל'ער זאלן ארויפגיין אויפן ציון המצויינת פון קוה"ק זי"ע אריינרייסן וועלטן ולעורר רחמי שמים מרובים. א יעדער זאל געבן א סכום הגון פאר רמבעה"נ, צינדן לעכט, און זיך אונטערנעמען הנהגות טובות. ובזכות תפילת רבים ייוושע יהודה וישראל, וישראל נושע בד' תשועת עולמים. איבערגעבן ווייטער פאר אלע אנ"ש די בכל אתר ואתר, וחברי' חברי' אית ליה
|