יעקב בער: עס גייט צוריק אין לאוער קאורט.
יעקב בער האט נעכטן נאכט דערקלערט אז מ'האט טאקע נישט געווינען, אבער אזויפיל האט מען פארדינט אז דער אפעלאט קאורט מעקט אויס די ראזענוואסער פסק, און מען שיקט עס אראפ צום לאוער קאורט.
לויט יעקב בער האט אים סקאט מאלען גאראנטירט:
1) עס גייט זיך יעצט אנהייבן א מעכטיגע פייט, אין וועלכע קאורט גייט מען. אין ברוקלין אדער אראנזש קאונטי. 2) דער פייט קען נעמען לויט סקאט מאלען, איבער א יאר. 3) נאכן פסק, ווי די קאורט זאל זיין, וועלן זיי צוריקלויפן צום אפעלאט, און עס שלעפן נאך א האלב יאר אדער מער. 4) אפילו עס זאל קומען צו א טרייעל, וועלן זיי עס פראבירן צו שלעפן פאר נאך 2 יאר. 5) בערך נאך זיבן יאר, וועלן די ארונים זיך שלעפן אין די די ניו יארק סטעיט קאורטס, אויבן און אונטן, און אינדערמיט.
צי סקאט מאלען האט אים געזאגט דעם אמת אדער נאר בארואיגט, וועט מען דארפן ווארטן ביז דער פסק וועט ארויסקומען, אבער דאס איז זיכער, אז זיי זענען פרייליך.
|
|