בית פורומים כל העולם כולו

קרעדיט קארד דיזעסטער אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/6/2006 07:40 לינק ישיר 
קרעדיט קארד דיזעסטער אין קרית יואל

א שרעקליכע קריזיס קומט פאר אין קרית יואל און אויך אין אנדערע געגנטער. אסאך יונגעלייט וואס האבן אוועקגעבארגט זייער קרעדיט קארטלעך האבן זיך געטראפן מיט שווערע צענדליגער טויזנטער דאלאר אין חובות.

דער מצב איז איום ונורא. עס האלט ביי דעם אז אסאך יונגעלייט האלטן ביים גיין באנקראט און פיל ערגערס רח"ל.

עס מוז אונטערגעשטראכן ווערן אז די פאראנטווארטליכע זענען היימישע ביזנעסלייט, פיינע אידן, וועלכע האבן אלעמאל געהאלפן און געטאן טובות פאר אידן, אבער ליידער זענען זיי געפאלן צו א שווערן פינאנציעלן מצב וואס האט געפירט דערצו אז זיי קענען נישט באצאלן זייערע הלוואות און דאס האט געפירט צו דעם קרעדיט קארט דיזעסטער.

האפנטליך וועט די מעשה יעצט לערנען א לעסאן פאר יעדן איינעם אז מען בארגט נישט אוועק א קרעדיט קארט אפילו פאר א ברודער.

נ.ב. ביטע נישט אריינמישן אהרוני זאלוני פאליטיק. עס זענען דא געליטענע אויף ביידע זייטן. עס איז א רחמנות אויף אלע יונגעלייט וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2006 19:18 לינק ישיר 

 




WOW WOW




I didn't know that this is already out, but this is widespread and is going to rock the town, big time. I just hope that we are both talking about the same scam; this one con-artist is more than enough

 


I personally know a couple of victims, and the numbers are in the six digits

תוקן על ידי - average - 26/06/2006 19:43:09



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2006 22:48 לינק ישיר 

קענסט אפשר מסביר זיין קאלרער וואס דא איז פארגעגאנגען?

וואס הייסט אויפאיינמאל אזויפיל מענטשען?

איז דא נאר איין שווינדלער וואס האט יעדעם אריינגעלייגט אין פעקל? אדער וואס?
רעדט קאלרער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2006 00:11 לינק ישיר 

באקומען אין אישי:

מען דארף אויך וויסען אז מ'לייגט זיך אריין אין ערענסטע שאלות פין ריבית וואס דאס איז גורם אז נכסיו מתמוטטין רח"ל, ווייל אויב דער וואס ניצט דעם קרעדיט קארד באצאלט די פיינענס טשארז' אין מען מאכט נישט קיין כשר'ע היתר עיסקא איז דאס ממש ריבית קצוצה דאורייתא, און מאכען א היתר עיסקא אויף א קרעדיט קארד איז בכלל נישט פשוט ווייל 1) די אינטרעסט איז בדר"כ זייער הויך, 2) ס'האלט זיך אין איין ריקען ארויף אין אראפ 3) אויב מען ניצט די געלט פאר פערזעליכע געברויכען (נישט פאר ביזנעס) מאכט דאס דעם היתר מער קאמפליצירט. בקיצור נאך א שטארקע סיבה נישט אוועק צו בארגען קרעדיט קארדס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קרעדיט קארד דיזעסטער אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext