בית פורומים כל העולם כולו

ערנסטע מלחמה אין עזה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/6/2006 05:12 לינק ישיר 
ערנסטע מלחמה אין עזה

די מדינה האט איינגעזעצט דרייסיג פון די כאמאס פירערס אין די פאלעסטינער רעגירונג.

(איך מאך א עקסטערע אשכול ווייל די אנדערע אשכול האט נישט די גוטע נאמען)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 05:16 לינק ישיר 

אבו טיר, די באקאנטע משוגענער מיט די געפעינטע רויטע בארד איז ארעסטירט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 05:21 לינק ישיר 

די פאלעסטינער סטראשענען געפערליך, זיי זאגן אז זיי גרייטן צו טויט נעצן פאר די צה"ל סאלדאטן. די פאטאח און אל אקצא האבן געסטראשעט מיט א שרעקליכע מלחמה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 05:24 לינק ישיר 

מדינת ישראל האט יעצט ביינאכט אנגעהויבן אריין גיין און די ריכטיגע עזה ווי די אראבער זאגן אז זיי האבן אנגעגרייט א שטארקע סופרייס פאר מדינת ישראל מיט באמבעס מיט ווער ווייסט וואס נאך

ס'איז דא א ריפארט אז זיי האבן יעצט געווארפן א קעמיקאל ראקעט אויף מדינת ישראל (די נייעס האב איך געשריבן און אן אנדערע אשכול)

http://www.haaretz.com/hasen/spages/732506.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 06:27 לינק ישיר 


עם האסטו געמיינט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 20:07 לינק ישיר 

איך וויל וויסען פאר וואס ווען מען פארכאפט א משכון אן אמעריקאנער גוי ריעקט אמעריקע צום פראבלעם אן א ריזיגע מלחמה וואס וועט הרג'נען צענדליגער מער מענטשן און זעלנער ווי דער משכון?

איך פרעג נאר, איך זאג נישט קיין מיינונג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 20:42 לינק ישיר 

די לאנדאן טיימס איז עס זייער גוט מסביר

http://www.timesonline.co.uk/article/0,,3-2248285,00.html




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2006 20:53 לינק ישיר 

גאסט
איך האב נישט קיין צייט אפצוליינען וואס לאנדאן שרייבט
אויב די קענסט זיי עס מסביר בקיצור נמרץ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 21:17 לינק ישיר 

פאטאקי
די חילוק איז פשוט אין אמעריקא איז דא א ליביראלע פארטיי וואס וועט נישט צולאזן פרעזידענט בוש צי ראטעווען אונזערע טרופן משא"כ אין מדינת ישראל איז מער ווייניגער די גאנצע ממשלה אונטער קאנסערוואטיוון (איך מיין נישט לגבי סאשעל אישוס נאר לגבי מיליטערישע אישוס)
2) אין איראק איז נישט די גאנצע איראקע מדינה קעגן אמעריקא און עס איז נאר אפאר געציילטע טעראריסט''ן וואס זיי טוען אלעס און מען פרובירט טאקע זיי אויסצוראטן משא"כ די פאלעסטינער זענען אלע טעראריסטן זה למחצה וזה לשליש וזה לרביע האט מדינת ישראל נישט קיין אנדערע ברירה נאר צוגיין אין מלחמה מיט זיי
איך זאג נאר מיין מיינונג לגבי פאליטיק און די ווייסט דאך אז מיין מיינונג איז קיין מיינונג לגבי די דעת תורה וואס האפענטליך וועט מען זוכה זיין צי הערן די קלארע דעת תורה פון רבי''ן ביי קומענדיגע געלעגנהייטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 22:26 לינק ישיר 

אהא חלומה כ'הער

און אויב וועט כאמאס זיך אנהייבן מיט אמעריקע און זיי וועלן פארכאפן א זעלנער אדער צוויי וועט אמעריקע אויך געבן 48 שעה און אנהייבן מלחמה פון איין מינוט אויף די צווייטע אן טראכטן א מינוט וויפיל מענטשען ס'וועלן שטארבן?

סאיז גאנץ מעגליך אז יא ווייל אזוי האט מען געזען האט בוש געטוהן און איראק און טאקע וועגן דעם  האט ער קוים דריטל אמעריקע וואס ס'שטיצט אים יעצט

אבער סאיז נאך אלץ אנדערש ווייל דארט האט מען געמיינט (טאקע? פלעים?) אז מי יודע וואס סאדאם האט מעסטער דעסטראקשאן וועפענס

אבער איך ווייס נאך אלץ נישט קיין געהעריגע וועג צו סאיז יא אויסגעהאלטן מאראליש פאליטיש צו נישט

בנוגע דעת תורתינו הק' האט דער רבי זי"ע מבאר געווען כמה פעמים אז אפילו לאמיר זאגן אז מען דארף זיך יא דערשרעקן פון די אראבער קענען זיי גיין צו די יו ען און זיי וועלן עס ארלעידיגן אן דעם וואס יודן זאלן געהרגעט ווערן נאר דער רבי ווייזט אויף אז די גאנצע זאך האבן נאר די ציונים רשעים אנגעדרייעט כדאי צו ציען פובליסיטי און מיט דעם זענען זיי מפקיר פאר אומזינסט רח"ל .... (זעה על הגאולה ועל התמורה דף כא)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 22:30 לינק ישיר 

דער לאנדאן טיימס איז מסביר בערך אזוי

אולמרט איז קיין מיליטערמאן קיינמאל געווען מוז ער ווייזן שטארקייט

כמעט יעדער אין די מדינה האט אדער געדינט אין מיליטער אדער נאענטע משפחה אין מיליטער ממילא וויל יעדער אז א הימל און ערד זאל זיך איבערדרייען אבער סאלדאטן זאל מען צוריק האבן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2006 22:32 לינק ישיר 

למעשה דא קען מען זאגן אזוי און אזוי (פאליטיש גערעדט)

פון איין זעט מען א ראיה פון די אטאם באמבעס אויף יאפאן וואס אן דעם זאגט אמעריקע וואלטן סך מער ציווילע אומגעקומען ה"י

אבער פון איין זייט זעט אז זייער אסאך מאל פארהאנדלט מען אדער גייט מען צו אויף אן אנדער אופן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 23:22 לינק ישיר 

פאטאקי
ביסט נישט גערעכט פרעזידענט בוש האט געגעבן אן אלטימאטום פאר די טאליבאן''ע ארויצוגעבן בין לאדן און אויב ביז דעמאלטס גיבן זיי אים נישט ארויס גייט ער אין מלחמה מיט זיי איי מען שטעלט איין ציווילע כדי צו קענען כאפן צוויי דריי מענטשן אבער מיט דעם אלעם האט יעדער פארשטאנען אז בוש איז גערעכט און מען מוז אמאל פארקוקן אויף דעם וואס ציווילע קענען ווערן געהרגט די זעלבע זאך בנוגע מדינת ישראל זייער "על קאידא" איז כאמאס און אויב כאאס דערקלערט קריג אקעגן די מדינה דורך קידנעפען א סאלדאט וואס דאס פארשטייסטו איז ווי דערקלערן קריג האבן זיי אלע רעכטן (פאליטיקלי) אריינצוגיין אין עזה און אויסראטן די טעראריסטן
אגב אמעריקא האט אויך געהרגט ציווילע ווען מען האט געהרגט על זארקאווי און די פארשטייסט אז עס איז גארנישט שלעכט דערמיט (חוץ אויב די באלאנגסט צו די ליביראלע חברה וואס האבן מער פיינט אמעריקא ווי "על קאידא")
מלחמה איז מלחמה
BTW עס איז א פארגעניגן זיך צו טענה''ן אנדערע זאכן חוץ די סאטמאר''ע פאליטיק
און דאס וואס די זאגסט פון פארהאנדלען איז לויט די אינפארמאציע וואס די וועלט ווייסט האט נאך אמעריקא נישט פארהאנדלט מיט די טעראריסטן בנוגע משכונות.
תוקן על ידי - אותו_חלומה - 29/06/2006 23:24:17



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/6/2006 02:28 לינק ישיר 

חלומה

מען טעהנט זיך ב"ה נישט
נישט ביי דעם און נישט ביי סאטמארע פאליטיק

איך דיר פון אנהייב געזאגט אז איך האב נישט קיין מיינונג

איך האב נאר געוואלט וויסן וואס וואלט אמעריקע געטוהן

2) איך ווייס אויך אז מען פארהאנדלט נישט מיט קיין טעראריסטן באט איך פרעג נאר צו זיי וואלטן אויך אזו געטוהן צו עפעס אנדערש


געדענקסט די מעשה מיט מינכן איזראעילישע משכונות?
איראנע משכונות?

אפגאניסטאן, זארקאווי איז איין זאך כאמאס איז א צווייטע זאך
אינגאנצען נישט קיין פארגלייך

בין לאדין זארקאווי האט מען געדארפט ווייל זיי זענען אין געפאר פאר אונז און מען דארף זיי סימפל הרגענען
אקעי מען זיכט זיי אויף און די בערג און די טאנעלען מען פאלגט נאך זארקאווי און אז מען טרעפט אים און א הויז באמבאדירט מען עס אפילו עס איז אפשר דא מענטשען אינעווענדיג אבער זיי האבן נישט סתם אזוי געשאסען באמבעס רעכט אין לינקטס


כאמאס איז נישט איין מענטש עס איז א גרויסער פאלק און מלחמה מיט כאמאס מיינט סיריוס מלחמה היינט אליין האט מען שוין געהערט פון כל מיני זאכן:  קעמיקעל אטאקע, אויפרייסינגען אויף פאעור פלענט, אויפרייסען ברידזשעס, דערשרעקן סיריע, בקיצור סתם זיך הרג'נען און יעדער ווייסט אז  עס איז נישט דא קיין שום טשענס אז עס וועט עפעס אויפטהון זירא זירא זירא מען איז שוין אין קריג מיט זיי זייט מען האט זיי אנגעהויבן אטאקירן און די פירות: א פראסק פאר א פראסק, א פראסק פאר א פראסק, א פראסק פאר א פראסק, א פראסק פאר א פראסק אזויווי האסט שוין געזען צוויי חדר אינגלעך זיך באכענען... ווער סגעט די לעצטע דער געווינט...

איז אזוי פרעג איך אויב אמעריקע וואלט אין אזא פאל אדער איינמאל פאר אלעמאל געלייזט דעם פראבלעם אפילו ציווילע וועלן שטארבן ווייל אז נישט וועט מען קיינמאל פון זיי נישט פטור ווערן און מען וועט טוהן אזוי ווי מען האט געטוהן ביי יאפאן און מען איז פארטיג מיט זיי אויף אייביג

אדער וועלן זיי טוהן וואס ישרול טוט יעצט דורך נאר שעכטען אביסל און טרעפן באנדיטן און ארעסטען(...) און הרג'נען און ווייטער איז שוין היסטאריע אז עס וועט זיין טויטע פלאס טויטע און מען וועט קיינמאל נישט פארטיג ווערן

אדער וועלן זיי צווינגען א שלום פלאן ווי היסטאריע האט באוויזן אז מען קען עס טוהן (אוודאי נישט יעצט נאכגעבן ווען זיי קידנעפען) נאר אויף די וועג ווי  קארטער עגיפטען, קלינטאן לבנון, בוש חיזאבעלא, ועוד... חברון, גוש קטיף, בוש פאלעסטינער אבאס און אפילו אראפאט האט מען אויך אפגעשטילט (פארשטייט זיך ישרול האט עס נישט געטוהן נאר אמעריקע) און איינמאל פאר אלעמאל ווי מען זאגט מאכן ארדענונג

תמצית פרעג איך וועלכע פון די דריי וועגן וואלט א נארמאלע רעגירונג ווי אמעריקע.. גענומען




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/7/2006 00:20 לינק ישיר 

פאטקאי
לויט מיך וואלט בוש פאר זיך אנגעומען וועג נומער איינס (פארשטייט זיך ווען קאנגרעס שטימט מיט)
קלינטאן, קערי, גאור, עדווארדס, וכל הכת שלהם וואלטן אנגעומען וועג נומער צוויי
וועג נומער דריי איז נישט שייך ווייל אויב כאמאס אנערקענט נישט מדינת ישראל איז נישט שייך צי פארהאנדלען און דאס וואס מען האט געטוען די התנתקות און די אסלא אפמאך איז געווען מיט אזעלכע וואס האבן אנערקענט די אנדערע זייט
און די זעלבע זאך איז שייך פארקערט אויב מדינת ישראל וויל נישט אנערקענען די רעכט אז די פאלעסטינער מעגן האבן א אייגענע מדינה איז נישט דא מיט וועם צי פארהאנדלען פון די איזרעלי זייט אבער איך מיין אז היינט איז שוין קיינער נישט אזוי נאאיוו (עטליסט אין די פאליטישע קרייזן)
און דאס וואס די זאגסט אז כאמאס איז א פאלק וויל איך דיר זאגן אז די נאצי''ס איז אויך געווען א גאנצע פאלק (אפילו מען לייקנט עס יעצט) און מען האט געקענט גיין אין מלחמה מיט זיי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/7/2006 06:21 לינק ישיר 

מדינת ישראל באמבאדירט פאליסטינע פריימער מניסטערס אפיס קיינער איז נישט געשדיגט געווארן ווייל ס'איז געווען ליידיג

Israel Hits Palestinian PM's Gaza Office Jul 01 7:00 PM US/Eastern [envelope] Email this story By IBRAHIM BARZAK Associated Press Writer GAZA CITY, Gaza Strip Israeli aircraft attacked the office of Palestinian Prime Minister Ismail Haniyeh of Hamas in Gaza City early Sunday, witnesses said, setting the building on fire. The Israeli army confirmed it attacked Haniyeh's office. There were no immediate reports of casualties. Witnesses said two missiles hit the south side of the building at about 1:45 a.m. local time, setting it ablaze. Because of the late hour, the building was empty, they said. On Thursday, Israeli planes attacked the Interior Ministry, part of Israel's campaign to force release of a soldier abducted by Palestinian militants last Sunday.

http://www.breitbart.com/news/2006/07/01/D8IJFTNG2.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ערנסטע מלחמה אין עזה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext