בית פורומים כל העולם כולו

מעג אגודיסט האלטען דרשה אין סאטמער ביהמ"ד???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/6/2006 09:34 לינק ישיר 
מעג אגודיסט האלטען דרשה אין סאטמער ביהמ"ד???

רב הלל דעוויס וואס איז פין די גרעסטע פירערס אין  אגודת ישראל
באוועגונג האט געהאלטען א דרשה אין סאטמערע ביהמד!! אויף ראדני אין ער האט
גערעדט בכלל א קעגען ערוב אין זיך אפילו נישט גענומען די טרחה  מסביר
צי זיין פארוואס עס זאל אסור זיין די ערוב ע"פ הלכה



ער האט געזאגט אז די יודען וואס טראגען מיט די ערוב יינם יין נסך ר"ל   (זע לעצטע וואך יוד)



ער האט געהאט די חוצ .... צי רעדען אויף די גדוליי אונגערן וואס זיי זענען געוועהן מפורסם וויא די גרעסטע פוסקים

בדוריהם אין זיי האבען משתדל געווהען אז אדרבה עס זאל זיין אין אלע ייודישע שטעט אן  ערוב



יא עס איז מעגלעג אז עס זענען געוועהן ליטשווישע רבנים וואס זענען בכלל אוסרים פין די ערוב אבער וויא קענען זיי איינטיילען

פאר גדוליי התורה אין  די גדוליי הפוסקים פין יוצאיי אונגערין וואס האבען לכתחילה מתיר געוועהן דעם ערוב!!!!!



אין מזעט אז די גאנצע ענין פין פין זייער מלחמה א קעגען ערוב איז א
פאלטשע  אין  זיי העצען אויף דעם המון אז זיי זאלען הייבען הענט
אויף ייודען אין אויף וייבער וואס שלעפען נאך זיך 10 קינדערלעך  אין
ווילען שעפען א ביסעל פריש ליפט אבער זיי גייען באזיכען דעם אלטען
טאטע  אין מאמע  אין זיי טראגען מיט די ערוב  בהיתר פין
גדוליי הפוסקים



אין דא זעט מען אז זיי מיינען נישט לשם שמים נאר זיי האבען פשוט מורא אז
אויב זיי ווועלען לאזען אנדערע רבנים אמתדיקע תלמדי חכמים פסקענען ועגען
ערוב וועלען זיי פארלירען די מאנאפאל אויף וויליעמסבורג



וזה לך האות!!!!

וויא אזוי קען געשעהן  אז א רב וויא הלל דעוויס זאל האלטען א דרשה
אין סאטמערע ביהמד במקום שהיתפלל  אותו צדיק זצל  אזא איינער
וויא רב דעוויס וואס איז די גרעסטע רעדנער ביי די אגודה קאנווענשען"ס וויא
ער דרשענט בהיתלהבות אז יודען זאלען זיל איינשליסען אין די אגודה בשעת
רבינו הקדוש בעל דברי יואל האט געשריגען אז דאס איז א שיטה פין
אפיקורסות!!!!!!!



נאר אז די קנאות איז שלא לשם שמים אין מעהעצט אויף יודען זאלען
שלאגען  אנדערע יודען ווערט מען ניכשל אין  אין מעאסערט וואס
איז מותר אין מאיז מתיר וואס איז אסור!!!!!





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 19:46 לינק ישיר 

ער האט גערעדט אין זאל פון ויואל משה.

אבער דאס מאכט נישט קלענער די עוולה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2006 19:57 לינק ישיר 

פיינער יוד
איין סאטמאר

טעות לעולם חוזר

ראדני, זאל ויואל משה, זענען נישט סאטמאר  (דערווייל)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 21:08 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וואס ענק האבן זיך יעצט אויפגעוועקט
עס איז אלטע נייעס זייט דעמאלטס איז שוין דא סאך ערגערע עוולות אויף רז"ל און איך וואלט ווען געזאגט אז די עבירה וואלט דער אייבערשטער גערעכנט פאר א מצוה ווייל עס איז דא סאך גרעסערע עבירות וואס דער רשע איז עובר
BTW איך האף אז די וואך וועט מען שוין קענען שלאפן געהעריג שבת נאכמיטאג און זאלן די אלע בחורים פאר''ן אין קעמפ און זיך דארט אריבער פעקלען פאר אייביג און לאזן די שטאט וויליאמסבורג מנוחה
תוקן על ידי - wassa_dif - 30/06/2006 20:59:44



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/6/2006 09:48 לינק ישיר 

איך האב בטעות אויסגעלאזט הרהגהצ דיין ראטה שליטא וואס האט א קלארער בירור אין ענין פין עירוב אין איז פין די גדוליי הפוסקים בנמינו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/6/2006 09:53 לינק ישיר 

אין, והוא העיקר אז דיזע רבנים פסקענען אן דרך ארץ  א קעגען רבינו הקדוש בעל דברי יואל זצל  וואס האט כמה פעמים געפסקענט אז בעניננו איז זיכער נישט קיין רשות הרבים דאורייתא!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעג אגודיסט האלטען דרשה אין סאטמער ביהמ"ד???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext