היימיש געשמועסט: וואס ליגט דא אויפן וואגשאל
די אומשטענדן פון די זיבן יעריגע מחלוקה האבן ליידער פארטושט דעם עולם און אראפגעפירט דעם
גאנצן ויכוח פון די רעלסן, די קליינליכע פרטים און דעטאלן האבן פארשוועמט דעם גרויסן בילד,
און מען פארגעסט שוין איבער וואס שלאגט מען זיך דא, פארוואס האט זיך דאס אנגעהויבן, און וואס
איז דער ציל פון די מערכה.
יעצט ווען מען שטייט פאר א קריטישן ווענדפונקט, ווען דער פארלירער פון דעם יעצטיגן אורטייל
וועט העכסט ווארשיינליך בלייבן דער פארלירער ביים סוף, איז די צייט צו איבערגיין אין קורצע
ווערטער מיט א ניכטערן בליק איבער וואס מען שלאגט זיך דא.
די הארץ פון די מערכה דרייט זיך ארום איין זאך, וועט סאטמאר זיין א שטח הפקר ?
וועט סאטמאר זיין א פלאץ וואו משה פריעדמאן און זיין גרופע טעראריסטן וועלן האבן א ווארט אין
אלע ענינים רוחניים ?
וועט סאטמאר זיין א פלאץ וואו איש כל הישר בעיניו יעשה [נוסח אלטר משה
גאלדבערגער], און יעדע זאך וואס פאלט ביי פאר יעדן משוגענעם - דמתקריא "קנאי" - ווערט א
רעאליטעט ?
וועט סאטמאר זיין א פלאץ וואס ווערט דאמינירט פון מענטשן אשר לא קרו ולא שנו ולא שימשו כלל
וכלל, און זיי "פארשטייען" צו הנהגה, און זענען די איינציגע מיט אן א.ג. "דעת תורה" [איך מיין
נישט די דיינים, איך מיין די שרייבערלעך וואס פירן זיי] ?
וועט סאטמאר זיין א שיף אן א רודער, וואו יעדער קליינליכער עסקן טוט אין אלעמען כאדם העושה
בתוך שלו, דער פירט רעכטס, דער פירט לינקס, יעדער אויף זיין אייגענעם דעת און איינשטעל, מיט
זאכן וועלכע ברעכן אונטער און מאכן חרוב די גאנצע קהילה קדושה אויף אלע אירע פיליאלעס ?
אדער...
וועט סאטמאר זיין א פלאץ וואו...
דער רצון פון איר מנהיג ווערט פולקאם אויסגעפירט !
יעדע זאך ווערט דאמינירט פון א דעת תורה !
מען פאלגט דעם מנהיג אפילו אויף זאכן וואס מען פארשטייט אנדערש, אפילו אין א.ג. "אידישקייט"
ענינים !
ועל כולם, וואו דער אויסדערוועלטער מנהיג, אונזער ביישפיל פאר די דורות העתידים, איז א גאון
עצום, א ירא שמים, א חכם, א מתון, א בעל מידות טובות, און איבער אלעם א איש אמת
וואס וועט נישט זאגן אדער טון קיין פאלשע זאכן פאר כל חללי דעלמא !!!
יעצט אין די קריטישע מאמענטן ווען מען שטייט פאר נעילת שער, ווען אלעס הענגט אויפן וואגשאל,
ווען דער אויסגאנג קען זיך דרייען אויף אלע וועגן לויט א קליינעם ווינק פון עמיצן, פעלט זיך
אויס צו מתגבר זיין מיט די שטארקסטע כוחות (עס איז גוט באקאנט דער תויו"ט אין מס' יומא איבער
דעם כח פון די סטרא אחרא אין די לעצטע קריטישע מאמענטן) !
לאמיר זיך פארנעמען צו מרבה זיין מיט מצוות און מעשים טובים, צו געבן מער צדקה, זאגן עטליכע
קאפיטלעך תהלים, א.א.וו.
לאמיר נישט שפעטער זיין קיין צועל על העבר !!!
 |
|
|