דרייווען אויף לאנגע שטרעקעס
אנרגיה שרייבט:
אזוי ווי השי"ת האט באשאפען זיין וועלט מיט א "חוק" אז צוויי חפצים קענן נישט זיין אויפן זעלבן פלאץ אויף איין מאל, ווי למשל א קאר מיט א מענטש אדער א קאר מיט טראק, וואס איינער וועט מוזן אפטרעטן פאר'ן אנדערן, און געווענליך איז דאס דער מענטש וואס דארף אפטרעטן פאר'ן קאר און דער קאר פאר'ן טראק, ווייל אויב נישט וועלן זיין צודריקט ווערן, וואלט כדאי געווען אז לכבוד דעם זומער זאל מען אכט געבען און צוקענטעניס נעמן אז דער חוק טוישט זיך נישט אפילו ווען די ביסט אין א געיעג אנצוקומן צו די קאנטרי אפילו לכבוד שבת! דער הייליגער שבת וועט אויך נישט טוישן דעם חוק. איך טו דאס פשוט דערמאנן ווייל אזוי ווי רובא דרובא פונעם חשוב'ן עולם פארט געווענליך נישט אויף אזעלכע לאנגע אויסמאטערדענע דרכים און ס'קען קומען אז מ'זאל דרייווען אויף אזא אופן וואס מאכט אויסקוקען כאילו מ'האט פארגעסן פון דעם פשוט'ן חוק.
אויב איינער האט עפעס גוטע פארשלאגן וואו אזוי זיך צו האלט רואיג און די אנגעצויגענע מאמענטן זאל ער ביטע דאס מיט-טיילן פאר חשוב'ן ציבור.
|
|