די גאנצע "פרומקייט" זייערע קומט צוליב א נארישן טעות פון בי ענד עיטש עקסטרעמיסטן.
עס איז געווען באריכטעט אין ניו יארק טיימס מיט אפאר חדשים צוריק אז א געוויסער פרומער ביזנעסמאן נעמט נישט אן קיין שום ארדערס שבת. דהיינו, מען קען מאכן ארדערס אויף זיין וועבסייט שבת, אבער ער פראסעסט עס נישט ביז נאך שבת.
די בי ענד עיטש עקסטרעמיסטן קענען דאך נישט קיין ענגליש, און זיי האבן געמיינט אז דארט שטייט אז דער איד פארשפארט זיין וועבסייט שבת. תיכף האט זיך אנגעפאנגען צו טומלען אין בי ענד עיטש, אז אויב יענער ביזנעסמאן טוט עס דארף עס בי ענד עיטש אויך טאן.
איך ווייס נישט וואס די הלכה איז ווען ס'קומט צו דעם ענין.
|
|