בית פורומים כל העולם כולו

אלעס איבער די פארהאנדלונגען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/7/2006 18:28 לינק ישיר 
אלעס איבער די פארהאנדלונגען

זיבן יאר נאך וואס משה פריעדמאן האט געשריגן "איך וועל דיר מאכן פאר א אלטא פייגא", נאך לאנגע זיבן יאר וואס די זאליס זענען נישט גרייט נאכצוגעבן קיין איין אינטש ["אף שעל"], און אפילו ווען די פאראנטווארטליכע ראשי הקהילה האבן אונטערגעשריבן א שטר הסכם אז זיי זענען גרייט זיך צו צוטיילן מיט די בנינים אין וויליאמסבורג האלב אויף האלב, און די טעראריסטן און רויבער זענען נישט גרייט געווען איינצוגיין אויף גארנישט וויסנדיג אז זיי האבן די ריכטער אין קעשענע און אלעס וועט במילא גיין וויאזוי זיי ווילן [העברת פי משה פריעדמאן היא לא תצלח], זאגןן שוין טייל פון די זאליס אז זיי זענען גרייט צו הערן פון א פשרה.

די סיבה דערפאר איז א פשוט'ע, זיי דערזעען זיך ביים סוף, ווען קיינער ווייסט שוין נישט וואס צו ערווארטן, און לויט ווי זיי אליין זאגן שפירן זיי שוין אז זיי האבן נישט די ריכטער אין טאש אזויווי אמאל, ספעציעל אין "קאורט אוו אפיעלס" אין אלבאני, וואו עס קומט שוין נישט פאר די האקוס-פאקוס ווי אין די נידריגערע געריכטן [זיי זאגן קלאר אז זיי האבן נישט געחלומ'ט אז סאטמאר וועט האבן אזא אויסהאלט-קראפט, צו אנהאלטן ביז אהין דעם געריכטליכן סכסוך !], במילא שפירן זיי אז יעצט קענען זיי באקומען בעסערע באדינגונגען ווי סיי ווען שפעטער - אויב זיי וועלן, האפנטליך, פארלירן.

פרטים אין די קומענדיגע תגובה.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלעס איבער די פארהאנדלונגען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext