גרויסע הכנות פאר די בר מצוה פון הב' זלמן לייב בן אב"ד סאטמאר אנטווערפן שליט"א בן כ"ק אדמו"ר שליט"א וואס וועט פארקומען דעם דינסטאג פ' פנחס איך הער אז מען גרייט צי א ריזן בר מצוה ווייל אלע ידידים פון אב"ד סאטמער וועלן קומען צו פארן לכבודו
נשלח ב-10/7/2006 15:03
גייט זיין געהעריג באסעס פון איבעראל ?
נשלח ב-10/7/2006 16:14
איך האב געהערט -זייער קראנט- אז ר' חיים יושע האט שוין די פאריגע וואך אנגעהויבן צו זיכן א בעיבי סיטער, ער זאל חלילה נישט אפשניידן ווי ער האט אפגעשניטן ביי די פריריגע בר מצוה, ווען ער האט הערשט געקריגן די בעבי סיטער נאכן ענדע פון די בר מצוה, מי שטרח בערב שבת יבא ויאכל בשבת...
נשלח ב-11/7/2006 16:49
דאכט'זיך אז דער בר-מצוה בחור ווערט שוין בר מצוה היינט דאס מיינט אז די סעודה איז נאך מבעוד יום.
ווייסט איינער ווי ער האט געלייגט תפילין היינט ?
נשלח ב-12/7/2006 18:21
נא ! ווילי בוי
דיינע פיקטשערס פליס !!!!
נשלח ב-12/7/2006 18:25
איך ברענג שוין א שטיק צייט נישט קיין בילדער דא אויף הייד פארק נאר געציילטע מאל צליב וואס געוויסע מענטשן נעמען בילדער פון דא און פאטשקענען ארום דערמיט ווי אזוי זיי שמעקט און ס'העלפט נישט דאס אן שרייבן אלעסאמת ווייל זיי קענען עס אראפ נעמען און איך מיין אז ווילי בוי האט אויך געסטאפט וועגן דעם
ווער ס'וויל זעהן די הערליכע בילדער קען קויפן דער בלאט אדער די "כל העולם כולו" איך גלייב אז זיי וועלן האבן הערליכע בילדער פון די ריזגע עולם נעכטן
תוקן על ידי - אלעסאמת - 12/07/2006 18:42:25