בית פורומים כל העולם כולו

ברוך דיין האמת, רבי נתן יוסף מייזעלס ז"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/7/2006 17:50 לינק ישיר 
ברוך דיין האמת, רבי נתן יוסף מייזעלס ז"ל

ברוך דיין האמת, רבי נתן יוסף מייזעלס ז"ל

ווען וועט זיין די לוי'?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2006 18:14 לינק ישיר 

הוי מי יתן לנו תמורתו

ער האט איבערגעלאזט גדולי הרבנים משארמאשאגשאגשאג ומיהאלדי ועוד




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2006 18:17 לינק ישיר 

איטליכע פון זיינע קינדער זיינען

אדמו"ר מ'שארמאשאג
אדמו"ר מ'מיהאלדי
אדמו"ר מ'ריטשוואל




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/7/2006 18:17 לינק ישיר 

קול מבשר זאגט פארענט פון זיין ביהמ"ד און מאנסי אום 3 נאכמיטאג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2006 18:46 לינק ישיר 

ר' נתן יוסף מייזעלס ז"ל

געווען א זייער פיינער מענטש, א לב טוב, נעבעך געווען די לעצטע יארן זייער דערביטערט, זייט זיין דורעכפאל אין לאנדאן,
פון ווי ער נעבעך געפלויגן, נאכדעם ווי ער האט נישט געהאט קיין הצלחה, און ער איז צוריק געקומען קיין ניו יארק, ווי
ער האט  זיך באזעצט אין מאנסי, און דארט אויך נישט געהאט צופיל הצלחה, זיין ישיבה'לע איז נעבעך געגאנגען מטה מטה, ער האט יעדן באשולדיגט, געבלאזן אויף יעדן, כסדר קאמפלעינט, ער האט זיך צוזאם געשטעלט מיט די דערביטערטע בני יואל, און דערנאך מיט די צושאסענע זאלונים, האפענענדיג ערגעץ אנקומען, נוסח ר' אברהם לייטנער, וואס ווארט אויך אויף די מינוט ווען ער וועט שוין קענען ווערן א רשכבה"ג, און ליידער שקעה חמה שלא בעונתה, און די חלומות האבן זיך קיינמאל נישט פארוויקלעכט, כאטש ער איז געווען א זייער טאלאנטפולער מענטש, און גאנץ א שיינער תלמיד חכם,
יהי זכרו ברוך, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2006 18:54 לינק ישיר 

אסור לספר אחרי מיטתן של תלמידי חכמים
אפילו על פי הלכה איז א גרעסערער חטא צו רעדן בגנות א תלמיד חכם וואס לעבט
סיי מיין טאטע שיחי' און סיי מיין שווער שיחי' זענען נתגדל געווארן תחת חסותו
ער איז געווען אמאליגע יארן די ראש המדברים בכל מקום
ממילא איז נישט שווער צו פארשטיין זיין פארביטערקייט ווען דאס האט זיך אפגעשטעלט
אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו
יהא זכרו ברוך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2006 18:54 לינק ישיר 

yosefelye

א קליין ביסעלע שכל ביטע

לאז די נפטרים רוען, נעם דיך איבער די לעבעדיגע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/7/2006 18:55 לינק ישיר 

יוסף אלי': וואס פעלט דאס אויס? ער לעבט שוין נעבעך נישט און ער האט אונז ב"ה "קיין שום" דעמעדזש נישט באוויזן אפצוטאן. לאז אים געמאכט. ער גייט שוין ארויף בעלמא דקשוט און עס איז קאמפּליט איבעריגע ווערטער - לדעתי העני'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2006 19:12 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פארוואס מען נעמט ראנג אן מיין תגובה, אדרבה איך האב עם דן געווען לכף זכות, דאס אז ער איז
נעבעך געווען זייער צושאסן, און דערביטערט, דאס איז די סיבה פארוואס ער האט זיך צו געשטעלט צו זיי, אזוי איז ער געווען זייער א פיינער מענטש, ער האט נישט געוואלט קיינעם וויי טון, ער האט קיינעם נישט בארעדט, כאטש ער האט געהאט
א שווער הארץ אויפן רבין זי"ע (בעל ב"מ), וואס האט עם פארשיקט קיין לאנדאן און גענומען זיין זוהן (רבינו שליט"א)
צו פירן די ישיבה, וואס איז געווען זיין בעבי, עכ"ז האט ער זיך אויפגעפירט ווי א דזשענטלמאן, אפילו כלפי רבינו שליט"א, ער האט אפילו אנגערופן רבינו שליט"א זיך צו פארענטפערן ביי איינע פון די פרשיות, אז ער האט עם חלילה נישט געוואלט וויי טוהן, נאר דער פאקט אז ער איז געווען דערביטערט און ארומגענומען מיט שונאי סאטמאר, האט עם נישט געהאלפן,
און זיין דערביטערט, איז נישט קיין עבירה, איך פערזענדליך בין זייער נאנט געווען מיט עם דא אין מאנסי, און אפילו
דארט געדאווענט איין תפלה יעדן שבת, ער האט באשיינט מיינע שמחות, און איך האב עם דא לגמרי נישט בארעדט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2006 21:16 לינק ישיר 

נו!

האט שוין איינער געבוקט די שטענדער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2006 22:02 לינק ישיר 

ער האט געזאגט אמאל פאר כ"ק מרן רבינו בעל ברך משה זצ"ל תיכף נאכן איבער נעמען די שרביט הנהגה ווען רבינו זצ"ל האט אים עפעס באפוילען וועגן די שיבה און ער האט נישט געוואלט עס טאן, אז רבינו בעל דברי יואל האט אים איבער געבען די שליסלעך...

האט אים די ברך משה געזאגט נא איך וועל לייגן נייע שלעסער...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2006 22:02 לינק ישיר 

ווי גייט ער ליגען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2006 22:07 לינק ישיר 

ער ליגט שוין 25 יאר זייט די הסתלקות פון רביה"ק בעל דברי יואל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2006 23:11 לינק ישיר 

יעצט באקומען א פאן קאל אז די לויה גייט זיין ערשט 5 אזייגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/7/2006 01:03 לינק ישיר 

דער אמת מיט ר' נתן יוסף ז"ל איז אזוי

ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, ווער ס'האט אים געקענט, ער האט געלערנט טיף און גרונטליך

ער איז געווען דער יד ימינו פון רבי'ן זי"ע, דאס איז זיכער

ער איז אויך געווען א קלוגער מענטש, און לכאורה נישט קיין מצומצם (ווי לייטנער, ריח"מ פריעדמאן ודומיהם און אנדערע בני יואל), ווי די וועלט זאגט אז ברא כרעא דאבוה, פון די קינדער קען מען זען די עלטערן. זיינע קינדער זענען קיין איינע נישט קיין מצומצמים, און איך רעד שוין נישט פון עמרם, נאר אפילו משה יודא (ער איז שוין געווען פארהערן אין היכל אדער קרן התורה. די היינטיגע פאליטיק אינטערעסירט זיי ווי אין די לינקע פאה).

די ראי' גדולה איז, ביים סקול דיסטריקט איז נתן יוסף געווען פון די איינציגסטע "תלמידי רבינו" וועלכע האבן זיך אויסגעלאכט פון די גאנצע פרשה.

נאר וואס דען, ער איז אין די לעצטע מער ווי 15 יאר געווען זייער אראפגעקלאפט, כמובן, און ווען איין פארטיי האט אים געאפערט כבוד און אטענשאן האט ער עס געכאפט מיט ביידע הענט, אבער נישט ווייל ער איז געווען עפעס איבעריגס פארגאפט פון יענע זייט

ער איז געווען דער ראש ישיבה פון אונזערע עלטערן, אבער סאם האו, פרעגט אייך נאך ביי סיי וועם פון די 40 יעריגע אדער 50 יעריגע אידן, עקזיסטירט נישט ביי זיי קיין גרויס הערצה צו אים, און אסאך האבן אים אפילו פיינט.

דאס זעלבע איז געזאגט געווארן כלפי די לאנדאנער קהלה (ווי ער האט אריין געטרעטען מיטן לינקען פיס טאקע מהאי טעמא, ווייל די יוצאי תלמידי הישיבה זענען געווען להשמיד אויף אים).

אין מספרים אחר מטתו של ת"ח, איך וועל דא נישט אויסשמועסן די סיבה וואס איז סיי ווי ידוע לכל, אבער די זעלבע סיבה האט אים נעבעך צוגרונד געלייגט, און גורם געווען אז דער אמאליגער צווייט מאכפולסטער מענטש אין סאטמאר האט זיך געטראפן מיט א בית מדרש'ל אין מאנסי, ווען קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט

עס איז געווען א רחמנות אויף אים אין די לעצטע יארן, אן קיין צווייפל





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2006 01:13 לינק ישיר 

נו, זאל עס זיין א כפרת עוונת, די גילגולים וואס ער האט נעבאך מיטגעמאכט. ער איז זיכער געווען אן איש מורם מעם, ער וועט שטענדיג בלייבן אן ICON אין סאטמאר. קיין ספק.

טאנצווע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברוך דיין האמת, רבי נתן יוסף מייזעלס ז"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext