די סיגעטער האבן געלאזט מעלדן פאר זייער עולם אז אלע פלענער גייען אן ווייטער פונקט ווי ביז יעצט. זיי האבן פאריגע וואך געשיקט א בריוו צו אברהם יושע ווערצבערגער די שמש פון קרית יואל און פאר יאסל ווייס און געסטראשעט אז מגייט זיי ארויסווארפן אויב זיי גייען נישט פאלגן יענקל כאהאן. יעצט האבן זיי געלאזט וויסן אז די איבערשרייבן פון קהל איז גארנישט ווערט און סתם א קינדער שפיל פון סאטמאר, עכט זענען זיי ווייטער געהעריג באלעבאס, און זיי ארבעטן שוין מיט די סטעיט פאליס אז זיי זאלן זיי בעקן זייערע שייגעץ שטיק. זיי שווערן זיך אז כ"ו אב גייט די קווינס בודקע זיין ביי די טיר דארט וואו די ישיבה גדולה שטייט אלעמאל, זיי זאגן נאכנישט אויב מגייט בכלל פארשיקן סאטמאר. זיי פארגעסן זעט אויס אז יענע לאט באלאנגט פאר די ישיבה וואס איז שוין לאנג איבערגעשריבן. אויך ווייסן זיי נישט פון קיין פאבליק סעיפטי... וואס איז זיכער אז כ"ו אב גייט זיין די שאודאון ווער עס ראנט די ביה"ח, און אויב די סיגעטער גייען למעשה יא בלייבן שטיל וועט עס זיין די גרעסטע באווייז ווער סאיז פאקטיש באלעבאס!
ס'איז קלאר אז דעם קומענדיגן כ"ו אב גייט זיין א שטארקער צייכן און ווענדפונקט אין די גאנצע טעמע, און איך בין זיכער אז ביידע זייטן לייגן איין וועלטן אז זיי זאלן בענעפיטירן דאס מאקסימום פון דעם טאג.
עס איז א טיפער ווייטאג אז אזא געהויבענער טאג איז פארוואנדלט געווארן אלס א געצייג אין די הענט פון רשעות עס אויסצונוצן צו שפילן פאליטיק (די גאנצע איבערקערעניש אינעם ביה"ח האט זיך אנגעהויבן ווען די בני יואל האבן אנגעהויבן נאכשרייען כ"ק רבינו שליט"א יעדעס יאר ווען ער איז אריין צום ציון פון רביה"ק זי"ע, כאטש היי יאר איז דאס נישט רעלעוואנט, ווייל מען גייט נישט ארויף אויפן ביה"ח אינעם יאר).
עס איז קלאר אז די זאליס האבן נאכנישט אראפגעלייגט דאס געווער, און מען דארף נאך זיין גערישט אויף אסאך איבערראשונגען אין די קומענדיגע וואכן און חדשים.
עס בלייבט נאר איבער צו האפן אז זיי וועלן זיך סוף כל סוף בארעכענען און ברענגען א פרידליכע ענדע צו דעם גאנצן סכסוך דורך זיך שטעלן צו דין תורה ביי א כשר'ן בי"ד בישראל.
נשלח ב-27/7/2006 00:41
גיין אין בי"ד נאכן תובע זיין מצידכם אין ערכאות אן קיין היתר בי"ד אפילו פון ג' רועי בקר?
נשלח ב-27/7/2006 00:56
יוסעלע גולם
איך זעה אז מיר האבן דעם בקר דא
א היתר בי"ד האבן מיר פון גרויסע רבנים אסאך פאר מיר זענען געגאנגען בערכאות.
אבער עטס האטס גענומען א היתר פון די בקר (איך האב אויסגעלאזט רועי בכוונה) שוין נאכן גיין בערכאות
ביי אייך האט מען אויך געשריבן דעם היתר צוויי חדשים נאכן אריינגיין אין געריכט, אפילו לשיטתכם.
ביי אונז וועט מען שרייבן דעם היתר אכט יאר נאכן אריינגיין, מה כל הרעש ?!
סוף פסוק איז, אז מיר זענען אלעמאל געווען גרייט צו גיין צו דין תורה בזבל"א, און איר האט נאר געוואלט גיין ביי אזעלכע דיינים וועלכע זענען פסול מן התורה צו פירן די דין תורה.
און עס איז נאך אלץ צום האפן אז איר וועט תשובה טאן, און זיך שטעלן צו דין תורה ביי א בי"ד כשר, און אזוי ברענגען דעם סכסוך לידי גמר.
נשלח ב-27/7/2006 01:51
אייער היתר פון אכט יאר שפעטער איז נאכנישט בעין עס איז נאך באהאלטן אונזער היתר פון א וואך נאכן אריינגיין איז מעיד אז מיר האבן געפרעגט פארדעם רבנים פאר מ'איז אריין אייער באהאלטענעם היתר ווייס איך נישט וואס שטייט דארטן.
נשלח ב-27/7/2006 02:02
קודם כל האבן מיר שוין געוויזן די בריוו פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר ב"פ שליט"א, און הגה"צ ראה"כ חושן אבנים דקרית יואל שליט"א, וואו זיי שרייבן קלאר אז מיר האבן א געהעריגן היתר צו גיין אין געריכט. זיי זענען נאך אזוי קאמפעטענט ווי ענקערע שלשה רועי בקר.
און אז דו ווילסט דוקא קען איך דיר פארשאפן אפאר מגי"ש אין די ישיבה וואס זאלן געבן א היתר (ס'מוז זיין בכתב? בכתב קאסט פשוט מער...)
נשלח ב-27/7/2006 18:48
די אלע אויבערדערמאנטע מוצי"ם האבן געשריבן בריוו'ן אלס רבנים יחידים.
סופר למשל שרייבט נישט אז איר האט א היתר, ער שרייבט אלס "רב יחיד" אז איר דארפט נישט קיין היתר ווייל די תובעים לערכאות האבן זיך אליין רעכט צו מתיר זיין, וואס דאס מיינט אז א היתר בי"ד פון א בי"ד וואס זעצט יעדן טאג האט איר נישט.
בנידון שלנו איז דא אן היתר פון צווי בתי דינים וועלכע שרייבן קלא און דייטליך אז זיי זענען מתיר צו טאן די פעולה בערכאות.
נשלח ב-27/7/2006 19:09
יוסעלע גולם
אז דו ביזט אזוי צופרידן מיט דיינע היתרים, פארוואס לאזטו נישט קיין מנוחה פאר אלע דיינע
פעיראל רבנים וואס די זאליס רודפן זיי אז זיי זאלן מאכן נאכאמאל פורים פון זיך
א שטייגער ווי יוסעלע גולם אונזערע זיצט אויפן קאפ פון הרב זארגער שליט"א שוין איבער א וואך
מיט אלע סארט טעראר און ביזדערווייל האלט ער נישט אין ערגעץ
און דאס איז ווייל יוסעלע גולם האלט אז די בריוו פון די דריי ליידיגייער פון ירושלים איז
זייער מעכטיג אז ער דארף האבן פרישע סחורה
נישטא ווער זאל לאכן
נשלח ב-27/7/2006 19:30
מיט'ן אויפבאקן קיין נייע מעשה האסטו גארנישט גענטפערט.
קודם ברענג די מחאות קעגן "חברת קרית יואל בע"מ" פון הגאון הגדול ר' מענדל שפרן פון הגאון האדיר בעל שהלוי ובית דינו פון הגאון הגדול רבי משה יודא לייב לאנדא אב"ד בני ברק ובית דינו
שפעטער וועסטו אויפבאקן דיינע נארישקייטן.
נשלח ב-27/7/2006 19:42
יוסף, אפשר ווייזטו מיר איין פסק פון די שלשה רועי בקר "פאר" דעם פסק.
מ' נעמט צוזאם דריי האלבע ת"ח וואס קיינער האט נאך נישט געהערט פון זיי, מ' מאכט עס א בי"ד, און זיי געבן ארויס א פסק און שלום עלי נפשי.
ניטאמאל א לשכה (ווי די פורים ב"ד) האבן זיי, זיי זיצן אין א ביהמ"ד ערגיץ אין ירושלים, באקומען א טשעק, עס קאסט זיי אפאר פיאסטער פאר לעידערהעדס און די פסק איז פארטיג.
נשלח ב-27/7/2006 20:20
איין סאטמער
עס זיי קאסט נישט אמאל קיין פיאסטער פאר קיין לעדער העד לכאורה האבן נישט זיי האבן געטייפט אין אפגעשריבען די פסק, וד"ל