בית פורומים כל העולם כולו

ברעקונג אינפערמאציע פין משפט ישראל וולס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/7/2006 21:04 לינק ישיר 
ברעקונג אינפערמאציע פין משפט ישראל וולס






פאר א דריי אין א פערטל  יאר צוריק איז כלל אויפגעטרייסלט געווארן ווען די מדינה האט באשולדיגט א חרידשער אינגערמאן מיט א עלילת דם אז  כאילו ער זאל האבן גע'הרגט זיין קליין 3 חדשים קינד דורוך אים שלאגן. בייסען. אין שטויסען. אין ווארפן צי די וואנט

דער בלאט האט אויך דעמלאטס ברייט געדעקט די עלילת דם פרשה
פאר טייל היימישע חברה האט זיך דעמלאט געדאכט אז ווי באלד ער ווערט באשולדיגט דורוך די מדינה-אינאיינעם מיט די פרעסע, מיט אזא זאך, מוז זיין אז עפעס אמת ליגט  דערין

די משפט גייט איצט אן. אין עס שטעלט זיך ארויס אז להד"ם! די מעשה איז ווייט פין אמת,
די פרייע פרעסע האט שוין איינגענימען א שטומעניש איבער די גארצע פרשה
מען דארף דאנקן דעם באשעפער אז דער אמת קימט ארויס- אין דער עלילת דם פלעק אויף די חרידישע אידן גייט אראפ 
 אין לאמיר  מתפלל זיין אז דער אינגערמאן זאל שוין זיין אינגאנצן פריי אין האבן מנוחה

איך גיב דא די לינק

לעצטע דראמאטיע עדות'שאפט
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1995560



http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1975969





תוקן על ידי - kj_village - 26/07/2006 21:33:28



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 22:06 לינק ישיר 


איך האף אז דער בלאט גייט איצט דעקען די לעצטע אנטוויקלען
אז אז מען זאל ריינוואשן דעם נאמען פין דעם אימשילדינגען אינגערמאן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 00:26 לינק ישיר 

ביי די דאזיגע פרשה האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט די שרעקליכע איינזייטיגקייט פון די פרייע מידיא - נאך וועלכע די חרדי'שע מידיא ווערט ליידער היפש נאכגעשלעפט - צו באשמוצן און באשמירן יעדן חרדי וואס ווערט נאר דאס מינדסטע באשולדיגט אין סיי וועלכן ענין וואס איז קעגן דעם מענטשליכן געזעץ.

די פרייע פרעסע האט ממש באצוקערט דעם טרויעריגן פאל, און הונדערטער מאל איבערגעשפילט אויף דעם אדער יענעם אופן אז עס איז אויסער יעדן צווייפל אז דער אינגערמאן האט במזיד געהארגעט דאס קינד, רח"ל, אין יענע תקופה האט די נייעס ממש פארנומען דעם אויבנאן אין די פרייע פרעסע וואס האט אפגעקאכט דערפון מטעמים.

אין די לעצטע פאר וואכן ווען מען האט אלס מער און מער אנגעהויבן זען קליפ און קלאר אז דאס איז געווען א טרוקענער עלילת דם אקעגן דעם אינגערמאן - און הונטערן באוואוסטזיין, אלע חרדים - על לא עוול בכפו, האט די פרעסע מיטאמאל אנגענומען א מויל מיט וואסער ! אויף די מערערע ווענדונגען אז זיי זאלן פאררעכטן די שרעקליכע עולה וואס איז געטון געווארן אקעגן דעם אינגערמאן, בפרט ווען מען האט פארשפרייט זיין בילד איבעראל, איז דער ענטפער געווען א דונערדיגער שטיל-שווייגעניש !

עס איז גוט זיך אליין צו איבערצייגן און געדענקען אז די פרעסע איז דורך און דורך קארופטירט אין אלע אזוינע ענינים, ספעציעל ווען עס איז נוגע פרומע אידן (וואס די אמעריקאנער פרעסע - וואס שטייט מערסטנ'ס איין אין 'אידישע' הענט - איז גארנישט אונטערשטעליג אין דעם הינזיכט), און מען זאל זיין געווארנט נישט אנצונעמען גארנישט פון די פרעסע אין אזוינע באריכטן.

גלייכצייטיג איז עס א שטארקע לעקציע איבער דעם "כשיורדים יורדים עד לתהום". און איבער די א.ג. 'יושר' און 'גערעכטיגקייט' פרינציפן פון די 'אויפגעקלערטע' פרייע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקונג אינפערמאציע פין משפט ישראל וולס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext