בית פורומים כל העולם כולו

סיט בעלטס - קריטיש וויכטיג - קיין חכמות!!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/7/2006 21:43 לינק ישיר 
סיט בעלטס - קריטיש וויכטיג - קיין חכמות!!!!

כאטשיג עס איז נסתרים דרכי השם, און מ'טאר נישט זאגן אז העטעך פעטעך וואלט די נעכטיגע טראגעדיע נישט געווען, אלעס איז השגחה פרטיות, אבער פאר אונז לעבן געבליבענע אויפן עולם השקר איז דא א חויב דאורייתא פון "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם".

איך האב היינט אויפגעפיקט צוויי ישיבה'שע בחורים אין די קעצקילס פאר א היטש, האב איך זיי געבעטן מיט שיינעם CAN YOU PLEASE WEAR YOUR SEAT BELTS, האבן זיי מיך פשוט איגנארירט, איך האב אפגעשטעלט מיין קאר ביי די שאלדערס אין געווארנט אויב זיי טוען נישט אן די סיט בעלטס ווארף איך זיי ארויס אויפן גאס.

עס ליגט א חויב אויפן דרייווער נישט רחמנות צו האבן קיינעם און זיכער מאכן אז מ'האט אן סיט-בעלטס.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2006 21:53 לינק ישיר 


נאך צוויי קריטיש לעבענס וויכטיגע זאכן

1}דרייווערס זאלן נישט רעדן אויפן טעלפאון
עס נעמט אוועק די מח פינעם ראוד, ווי אסאך מאל קענענן סקונדעס שפילען א דיפרענץ פין לעבם אין טויט

2}נישט ספידען
יעדער פארשטייט פארוואס, ווייל כמעט יעדער וואס ספיד, ווייסט ביי זיך "ניסים" וואס ער האט געהאט ביים ספידען
אבער מען דארף וויסען אז נישט אלע מאל געשעט ניסים!!

נאך א זאך, די סיטי אידן זענענן ווייט נישט ציגעווינט צי די געדרייטע וועגן
אין אזוי אויך דרייווען זיי זעלטען אזעלכע לאנגע שטערקעס
די וואס וואנען אין אפסטעיט קימט מער אויס צי דרייוען שעות אין א צי

במילא דארפן זיי ענדערש וויסען אז, עס איז נישט קיין חכמה
מען טאר נישט זאגען, אבער יעדער ווייסט אז עס איז דא עקסידענטען ווי מעשי ידי אדם זענענן געווען שילדיג
קיינער זאל ח"ו נישט זאגן וועלכע, ווייל מיר פארשטייען נישט דרכי השם,אין מיר ווייסען אז אלעס איז באשערט, דער מענטש איז נאר געווען דער שליח  אין מיר רעדן נישט אויף קיין מתים

אבער די טראגעדיעס דארף דינענן ווי לעקציע!! אז דרייווען איז נישט קיין קינדער שפיל!!!!!!




תוקן על ידי - kj_village - 26/07/2006 22:00:27



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 22:15 לינק ישיר 

קושקע דו טיפש. ווען דו שווייגסט און פארציילסט נישט די מעשה דא אויף היידפארק וואלט איך נישט אויסגעזאגט פאר קיינעם ווער דו ביסט.

איך בין געווען איינער פון די צוויי בחורים אין דיין קאר, און פון היינט און ווייטער וואג זיך נישט מיך צו טשעפענען ווייל איך האב א וואפן קעגן דיך! געדענק כ'האב דיך געווארנט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2006 22:25 לינק ישיר 

KJ, אוי ווי גערעכט די ביסט!

די מענטשן וואס ספידן איז עס א קראנקייט, זיי ווערן עדיקטעד דערצו מ'קען זיך פשוט נישט אפגעוויינען, רוב איז עס נישט ווייל מ'איילט זיך, רוב מאל ווען מ'קומט שוין אן צום פלאץ קען מען ליגן אין בעט און זיך דרייען ליידיג, ס'איז א קראנקייט, און מ'קומט נישט אן קיין סך שנעלער, אפשר 20-10 מינוט. אויב איינער איילט זיך יא, זאל ער זיך איילן ביזן קאר, ווען מ'זיצט אין קאר איז שוין צו שפעט זיך צו איילן, חוץ טאמער איינער איילט זיך זייער צום קבר.

די שורש פון די נגע פון רעקלעס דרייוון איז, אזוי ווי KJ זאגט, ווייל מענטשן געוויינען זיך צו צו דרייוון מסוכן'דיג, און מ'רעדט זיך איין ווייל עס געשעהט גארנישט איז עס שוין נישט קיין סכנה. אפי' א מענטש זאל דרייוון זיין גאנץ לעבן סכנה'דיג און עס וועט איהם קיינמאל גארנישט געשעהן וועט מען איהם פונקט אזוי שמייסן אויף יענע וועלט, קיין ספק.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2006 22:29 לינק ישיר 

געשמאק, וועסט סיי ווי נישט געוואויר ווער איך בין, עס זענען די צענדליגע חסידישע אידן מיט א שווארצע בארד וואס דרייווט אן אדעסי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2006 23:02 לינק ישיר 

נא, פרויען טארן נישט דרייוון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2006 04:51 לינק ישיר 

אוי קושקע און KJ

איר האט מיך ממש  דאס ארויסגכאפט פון מויל

אין אלגעמיין זענט איר גרעכט מיט סיעט בעלט און cell phone's
(מענטשען נעמען דאס נאך זייער גרינג)

די מעשה מיט ספידן איז שוין אסאך מער הארב (איך מאך נישט אוועק די אויברדערמאנטע)

ספידן אזוי ווי ר' קושקע זאגט דאס איז זייער א שלעכטע האבי און איך רעד פון אייגענע ערפארונג א שטייגער ווען מען הייבט אוהן דרייווען איבערהויפט ווען מען איז נאך אינג אויב ווען מען לערענט זיך דרייווען און מען האלט איין פונקליך די ראלס מען איז מקפיד (עס איז איינע פון די שווערסטע זאכן) נישט אריבער גיין די ספיד לימיט קענסטו פארן ווי א מענטש אויב ווילסטו פארן נאמאל קענסטו אבער טאמער מען הייבט אוהן און מען איז נישט מקפיד אויף ספידן אדער סטאפ סיינס אדער סיי וועליכע וויכטיגע זאכען איז זייער שווער זיך צוגוווינען צו דרייווען נארמאל

איך רעד יעצט דער עיקר פון ספידן ווען מען הייבט אוהן דרייווען קען מען זיך אויסוועלן אויב ספיד מען שוין פון אוהנהייב איז זייער שווער זיך צוגווינען צו דרייווען אויף דער ספיד לימיט און דאס איז דער שורש עס ווערט א האבי

איך האב אמאל מיט א פאר יאר צוריק גענומען ר' נתן יוסף מייזלס ז"ל אין די קאר עס איז פונקט יענע פארטאגס געשעהן א שרעקליכע עקסעדענט (משפחת ג. אין  ה. פון וויליאסבורג) האט ער מיר גזאגט ווען מען דרייוועט דארף מען האבן ס"ד און אז מען דרייוועט לויט די פארשריפטן האט מען ס"ד

עס איז שוין די העכסטע צייט רבנים מיט עסקנים זאלן אויפשטעלן ארגעניזאציעס און מאכען ספעציעלע קלאסן וואס זאל זיין גווידמעט פאר קערפול דרייווען א גאנץ יאר און ספעציעל פארען קאנטרי ווען עס קומען ליידער פאר אזויפיל טראגעדיעס טאקע אין די קאנטרי

רבותי א עד אין די צייטונגען איז נישט גענוג (איך מאך דאס נישט אוועק) מען מיז נעמען שטערקערע אקציעס

כי מלאכוי יצוה לך לשמרך בכל דרכך




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 07:22 לינק ישיר 

מיט אנדערע ווערטער דער פאליסמאן וואס שטעלט דיך אפ ביים שנעל דרייון אדער רעדן אויפן סעלפאן אדער סיטבעלטס

איז נישט אזא אנטיסעמיט ווי די וואלסט געוואלט ער איז פלעין פשוט גערעכט אין מאכט זיין דזשאב בנאמנות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סיט בעלטס - קריטיש וויכטיג - קיין חכמות!!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext