עס האט א גרויסע מעלה אז עס איז א קנאפע 10 מינוט וועג - צופיס פון ארלינגטאן האטעל, וואס דארט איז די ביהמ"ד, און דארט קען מען קויפען עסן, אדער שבת קען מען דארט עסן.
נביכדנצר, איך וואלט זייער הנאה געהאט אויב די וועסט קימען, איך וועל כאטש האבען גיטע קאמפעני, זאג מיר ווען די גייסט........
נשלח ב-31/7/2006 01:31
עס איז א פיינע האטעל, איך בין פאריאר דארט געווען אין ניו העמפשיר, איך בין נישט געווען ממש דארט, אבער א חבר מיינער איז דארט געווען און זייער צופרידן געווען
נשלח ב-31/7/2006 07:56
דא אויף דעם וועבזייטעל קוק איך אלס reviews אויף האטעלס אין אלעס ארום טרעוועל, די מעלה איז אז די זעהסט reviews פין פריוואטע מענטשען וואס זענען דארט געווען, וואס מיין עקספירענס זאגט איז עס אלס געווען אמת.
וועסט נישט טרעפן דארט קיין בעסערס, נאר גאנץ אויף דרום זייט וואס איז זייער ווייט, אדער גאנץ אויף צפון זייט, וואס איז אויך זייער ווייט. (און ביידע זענען ארויס פון תחום שבת פונעם ביהמ"ד דארט). אויב ווילסטו זיין אין "צענטער" איז נארטערן סטאר פערפעקט
נשלח ב-31/7/2006 17:26
kj יפה דיברת.
איך בין נאכמאל אריבער די אלע ריוויוס, עס זעהט טאקע נישט אויס אזוי ביטער שלעכט. כ'האב געשריבן איבערגעאיילט אז 8 פון 10 שרייבן שלעכט, לאו דוקא, 8 פון 10 זענען אומצופרידן, אבער בלויז 2 שרייבן אז דער פלאץ איז שמוציג. איך האב אויך געוואוסט וואס זשוליאני זאגט בשעת איך האב לכתחילה געלייענט די דיבורים דארט איבער טעלעוויזיע און שיינע מעבל וכו', ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס איך פאר אין האטעלן, אבער זעהט אויס אז ווען מען לייענט פארווע מיט שלעכטע אינפארמאציע אינאיינעם, באקומט מען דעם איינדרוק אז עס איז שלעכט, שמוץ האט קיינער נישט ליב.
ממילא, וועל איך יא אננעמען די עדות פון יענעם איד וועלכער זאגט אז דער פלאץ איז יא גוט. איבערהויפט נאך די דברים של טעם פון kj אז א גוטע עקספיריענס האלט מען בדרך כלל אין בויך. און צוגאב צו אלעם, שרייבן דארט עטליכע אז פארן פרייז איז עס נישט שלעכט.
אגב. איך בין שוין געווען אין פארשידענע האטעלן אין פארשידענע שטעט און לענדער, איך בין נישט פון די אידן וועלכע צאהלן טייער פאר האטעלן. פשוט ווייל עס צאהלט זיך נישט אויס די געלט. איך בין געווען צב"ש אין נייעגער פאללס עטליכע מאל, איינמאל האב איך געצאהלט 35 קנאדישע אין א האטעל וואס רופט זיך Horseshoe, און די קומענדיגע מאל 99 קאנאדישע אין Sheraton Fallsview. דער חילוק אין געלט האט זיך זיכער נישט אויסגעצאהלט. איך בין שוין געווען אין אנדערע מדינות אויך, נישט אלעמאל איז דער פרייז מאסגעבנד. איך בין געווען למשל אין באלטימאר אין דעם Hilton - א פחד פון א האטעל. 100 דאלער א נאכט, צובראכענע מעבל און בעטן, ועוד, ניטאמאל געווען אזוי זויבער.
יעצט באמערקט איך די תגובה פון Mench, ס'איז זייער בייהילפיג, יישר כח. איך בין נאך אין בעטלעהעם קיינמאל נישט געווען, און נישט געכאפט וואס דארט איז, בקיצור, דער האטעל איז לויט די געגנט. איך האב טאקע באמערקט אז די גרויסע פרענטשייז האטעלן זענען היבש ווייט. דער פלא איז נאר פארוואס פונקט אין דעם דערפל האבן אידן זיך באזעצט. דער תירוץ איז לכאורה פונקט ווי דער תירוץ אין Desert Hot Springs אין קאליפארניע, א מדבר שממה, מיט אריבער 100 אידן דורכן ווינטער. היינט איז שוין יא דא עטוואס בעסערע האטעלן, די יונגעלייט גייען שוין היינט אין פאלם ספרינגס, אבער לכתחילה איז דער פלאץ געווען ווייט ווייט פון אלעם. אידן זוכן נישט וואס גויים. קלאר.
ועוד. ביי Orbitz איז דא 16 האטעלן אין די געגנט, 11 זענען 2 סטאר, 5 3 סטאר, העכער דעם איז בכלל נישטא. דער האטעל פון וועלכע מען רעדט דא איז צווישן די 3 סטאר.
יישר כחכם פאר אלע משתתפים.
מכתבי חזרה אין אנו שולחים וביום שמחתם ובמועדיכם ישמח לבי גם אנו.
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 31/07/2006 17:54:16
נשלח ב-31/7/2006 19:33
Mezonos שרייבט אין תיבה אישית (איבערגעזעצט דא ברשותו):
איך בין דארט געווען פאראיאר. עס איז געווען זייער שמוציג און אלט. מיר האט עס נישט געשטערט אבער פאר מיין ווייב יא. איך שאץ אז עס איז נישט אינעם תחום שבת אבער מעגליך אז מיט אן עירוב יא. איך בין נישט דארט געווען איבער א שבת.
די באלעבאטים זענען שווארצע אלטע מענטשן. איבריגנס ווייסטו.
איך וואלט אהינגעגאנגען נאכאמאל ווייל עס איז פיהל ביליגער ווי אנדערע. אבער דו וועסט האבן א פראבלעם מיט צוגרייטן עסן, אבער וויבאלד דו ביזט שוין געווען מערערע מאל אין האטעלן ביזטו באקאנט מיט וואס צו טון.
נאכאמאל. אויב ביזטו א מפונק גיי נישט אהין. אויב פלאנסטו צו גיין אויף א שבת פרעג א שאלה אדער מעסט עס אויס אליין. אבער עס איז ביליג עס איז ווערט די געלט וואס זיי נעמען, איבערהויפט ווען מען פארגלייכט זיערע פרייזן צו די אנדערע מאטעלן אין די געגנט וועלכע נעמען א חודש געהאלט.
<פארראכטן א נקודה אויפן פארלאנג פון מזונות>
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 31/07/2006 19:43:08
נשלח ב-31/7/2006 19:35
נבוכדנאצר אנטשולדיגט פאר דעם וואס איך דערמאן זיך שפעט, פשוט ווייל איך בין שוין נישט געווען אויפ'ן פארק פאר א שטיק צייט, אבער איך וויל איבערגעבן מיין פערזענליכע עקספיריענס בנוגע בעטלהעם ניו העמפשיר, אויב פארסטו צו קענען גיין צו די אטראקשאנס פון מאונט וואשינגטאן און די אנדערע פלעצער און די האסט נישט אין פלאן צי זיין דארט אויף שבת וואלט איך דיר געראטען צו גיין אויף אן אנדערע פלאץ למשל לינקאלן ניו העמפשיר אדער פראנצאניע ניו העמפשיר ווי דארט קען מען טרעפן שיינע האטעלן, און אין לינקאלן איז דא מנינים אינמיטן דערוואך, און אפילו עס וועט נישט זיין קענסטו דאך פארן מיט די קאר קיין בעטלהעם, איך בין געווען פאראיאר אין בעטלהעם און עס זענען געקומען דאווענען יעדע טאג מענטשען וואס זענען געווען אין אנדערע געגענטער, און פארגעס נישט בעטלהעם איז נישט אזוי נאנט צו די אטראקשענ'ס און די וועסט ממילא דארפ'ן פאר'ן, במילא קענסטו דאך פאר'ן צו דאווענען אנשטאט צו פארן צי די אטראקשענס און אויב זוכסטו צי פארן נאר זיך אפצו רוען און די ביסט נישט אזוי אינטערסירט פאר די אטראקשענ'ס וואלט איך דיר געראטן צו גיין צו HEARTSIDE VILLAGE וואס זיי זענען די בעסטע אין די מארקעט אין בעטלהעם, נאכאמאל עס איז נישט קיין 2 סטאר האטעל עס איז מער ווי א באנגעלוי קאלאני אבער עס איז ווערט אלע געלטער אויף מיין אחריות איך בין דארט געווען פאראיאר און איך וויהאב געוואלט פאר'ן נאכאמאל דעס יאר אבער עס איז שוין נישט דא עוועילעבל ווען איך קען גיין נ.ב. עס איז נאר גוט פאר אקאפל מיט א בעבי און נישט פאר א משפחה וואס האט אסאך קליינע צולאזטע קינדער ווייל די פרוי דארט איז זייער שטרענג אויב מען מאכט שמוץ אויב זוכסטו א שיינע האטעל מיט אלע פיטשוויקעס דעמאלטס בעלאנגסטו נישט אין יענע חלק ניו העמפשיר אפשר וואלט א האטעל אין ניו יארק סיטי געווען גוט פאר דיר ווי א שטייגער ריטצ-קארלטאן אין בעטערי פארק
עס איז א נייע האטעל, איך בין דארט געווען פאריאר, אויף שבת האט מען געמאכט א מנין, זיי האבן געלאזט לייגן האט פלעיטס וכדומה, מ' האט געקויפט עסן פון סטרולוביטש, עס איז געווען זייער געשמאק, פרעג נ.מ.וו. פון קול סאטמאר, ער האט ארגאנעזירט דעם שבת דארט.
נשלח ב-31/7/2006 20:00
אותו_חלומה
יישר כחכם. דו רעדסט צו אן עם הארץ. איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין בעטלעהעם, כ'ווייס נישט וואס מ'קען דארט זעהן, איך קען מאונט וואשינגטאן בלויז פון די באמפער-סטיקערס פון די קארס וועלכע שטייען פאר מיר ביים רויטן ליכט, אדער אין טרעפיק...
אצינד צום ענין. פון אזויפיל עצות וועל איך טון ווי פאלגענד. כ'וועל רופן די אייגנטימער פון דעם מאטעל זעהן צי עס איז דא פלאץ פארן פרייז וואס עס לוינט זיך צו "אראפלייגן דעם קאפ". אין פאל וואס יא, וועל איך דארט באשטעלן א צימער. זייענדיג אין בית לחם וועל איך שוין כאפן א שפאציר אין די ארומיגע שטעט-דערפער, און וועלכע עס וועט ציהען מיין אויג, און די אויג פון מיין ווייב וועלן מיר דאן רעזערווירן דארט, אין ערגסטן פאל אויב עס וועלן שוין מער נישט זיין קיין צימערן - וועלן מיר פארבלייבן דארט, און וויסן אויף קומענדיגס מאל, אויב חלילה משיח צדקינו וועט נאכנישט האבן אונז אלע ארויפגעטראגן צום הייליגן לאנד, וואו מיר וועלן שוין האבן, האפנטליך, אנדערע השגות ווי פארן אויף דאטשע. דערווייל, עס איז א חלק פונעם גלות.
אין די טעג לאמיר מעורר רחמים זיין אז די מאמע רחל, וועלכע איז באערדיגט אין בית לחם יהודה, זאל שוין טאקע מיט איהרע טרערן אויס'פועל'ן א ישועה פאר איהרע קינדער, מנעי קולך מבכי נאום ד', ושבו בנים לגבולם.
אזויפיהל האב איך זיך געלערנט, אז מען קען נישט פרעגן פון מענטשן איינצעלהייטן איבער א פלאץ. אין אלגעמיין קען מען דיר טאקע ענטפערן, אבער דעטאלן דארף מען אליין זעהן.
יישר כח נאכאמאל פאר אלע משתתפים.
אפשר לוינט זיך צו מאכן א אשכול פאר וואקאציעס? מיר דוכט אז מערערע האבן שוין אנגעפרעגט אזעלכע אנגעלעגהייטן. יעדער קען האבן נוצן דערפון.
נשלח ב-31/7/2006 20:02
אייןסאטמאר געב מיר א לינק אהין, יישר כח
נשלח ב-31/7/2006 20:13
עפעס שטימט נישט דא. כ'האב געזוכט ביי ראמאדא, זיי האבן נישט קיין פראפערטי אין ניו האמפשיר בכלל. כ'האב זיי טעלעפאנירט, די נענטסטע איז אין Sherbrook קאנאדע.
מיינסט מסתמא אן אנדערן האטעל, אפשר Best Western?
נשלח ב-31/7/2006 20:21
איין סאטמאר ביטע זיי מסביר וואס די האסט געמיינט ווייל די האסט מיך שוין אנגערייצט איך האב שוין געמיינט אז איך וועל קענען פארן קיין ניו העמפשיר אבער ראמאדא האט נישט קיין האטעל דארט א דאנק