נשלח ב-31/7/2006 19:50
גאב"ד י"ם רופט יפו'ער. ער קומט אבער נישט.
דער גאב"ד האט נעכטן געשיקט רופן ר' חיים הערש יפו'ער, ער האט אים גערפון פארצוהאלטן אויף
זיין הליכה לערכאות אין בני ברק אן א היתר בי"ד.
דער ברא כרעא דאהיבו, און עלטערע בריידער פון יעקב בערעלע האט אבער איגנארירט דעם גאב"ד...
אפשר קען 90 ענטפערן...
1) פארוואס האט ער מורא צו קומען?
2) פארוואס האבן די זאליס אפגעריפן דעם הספד אויף ר' נתן יוסף אין ביהמ"ד אוהל רחל?
3) וואס האבן די זאליס מיט דעם ברסלב'ער הרב דארפסמאן, אז זיי האבן געקענסלט די גאנצע זאך...
תוקן על ידי - כל_העולם - 01/08/2006 1:25:12
נשלח ב-1/8/2006 00:53
ווי האט געוואוינט הרב דארפמן? וואספארא גאס?
נשלח ב-1/8/2006 01:23
ער האט געווינט ממש הארט נעבן די ביהמ"ד, נו עכ"פ ?
נשלח ב-1/8/2006 02:02
ווער האט פאררופן דעם הספד ? העדה החרדית ווער האט עס מבטל געווען? העדה החרדית פארוואס ווייל מ'מאכט נישט קיין הספד מיט מייק'ס אינדרויסן פון ביהמ"ד, ווען א קעגן איבער איז דא א לווי' פון טויזענטער אידן מיט מייק'ס וואס דינערן פון צווייטן זייט. סאטמאר האט נישט ארגאניזירט דעם הספד און האבן עס נישט מבטל געווען
נשלח ב-1/8/2006 04:15
פעשי גערעכט נישט סאטמאר האט עס ארגאניזירט נאר עדה החרדית (כ'מיין דער אזוי גערופענער ועד הפועל) אבער ווען דער שמעטער האט געהערט אז דער גאב"ד גייט מוחה זיין האט ער (עדה החרדית נישט סאטמאר) אנגערופן זיין גאבד און געזאגט נישטא קיין הספד אויב איז עס וועגן די לוי-ה וואלט מען עס אפגשטיפט מיט אפאר שעה אדער קומענדיגן טאג יעצט וועלן די בריונים ווארטן ביז דער גאבד וועט זיך אפקילן ביז מען וועט אים לאזן רעדן אין דער עפענטליכקייט
נשלח ב-1/8/2006 06:29
האט איינער למעשה געבעטן דעם ר' טובי' אז ער זאל זיך אריינמישן? אויב נישט, וואס האט ער זיך
יעצט דערמאנט? האט עס צו טון מיטן רבינס דרשה?
און וואס למשל וואלט ר' טובי' געטון אויב ר' חיים הערש מייזליש פאריאר וואלט אים אנגעפיפן?
וואלט ער אויך זיך אפגעווישט די נאז און געגאנגען ווייטער?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.