משה פרידמאן פארפעסטיגט זיך אין סיגוט
סאטמארע חסידים קענען רואיגער אפאטעמען צו הערן אז משה פרידמאן האט פעסט געווינען די פייט
ווער ס'זאל זיין דער משב"ח (משמש בחול) ביים סיגוטער, און ער וועט זיצן אויף זיין קאפ לעולמי
עד, לייגנדיג אים דארט וואו ער האט געלייגט זיין טאטן.
יעצט מעלדט עקשטיין, איינער פון משה פרידמאןס נאנטסטע מענטשן, אין ח.א.ס. אז דער סיגוטער
האט אויפגענומען יואלי גאלד, אויך א אלטער לאנגיאריגער משה פרידמאן אגענט, וואס האט אסאך מאל
זיך אפן געפייט מיט רז"ל, ווי למשל ווען ער האט אים אנגעשייגעצט פארן רעדן קעגן כל העולם כולו
(וואס היינט האט שוין די סיגוטער אליינס א העולם וואו ער מיט יעקב בער גייען דורך יעדע וואך
אלע פיקטשערס פון אלע ציוניסטישע רבי'ס), און יעצט האט משה פרידמאן געצווינגען דעם סיגוטער אז
ער זאל אים אויפנעמען אויף דאס אויפבויען די נייע קווינס בתוך העיר ישיבה.
דאס מיינט צו זאגן, אז אפילו ס'איז געווען א גאנצע ועד וואס האט זיך ממש צוריסן די לעצטע פאר
יאר צו אויפבויען די נייע ישיבה, אבער ווייל יענע מענטשן זענען געווען -אזויווי רוב סיגוטער
זאליס- פון שמואל קאמפאט'ס קאמפעני און קעגן משה פרידמאן, האט משה פרידמאן געהייסן דעם
סיגוטער זיי באזייטיגן און אויפגענומען שטאטס דעם זיינס א מענטש, יואלי גאלד, אפילו ער איז א
יונגער ראצער און קוים חתונה געהאט, און האט נישט קיין טראפ עקספיריענס נישט אין בויען און
נישט אין פאנדרעיזינג!
דאס איז שוין די ערשטע סימפטאם ווי שטארק משה פרידמאן האט דעם סיגוטער אין טאש, און וואו ער
וועט אים אי"ה טראגן!!!!!!!!!
<ביטע שרייב א טיטעל ר' ביי יעדער רב, אן אויסנאם>
תוקן על ידי - wassa_dif - 01/08/2006 14:45:11
 |
|
|