סאסמאן בעט זיך: ווארפטס שטיינער!
נאך די געוואלדיגע הצלחה פון די מוסדות אין וויליאמסבורג, וואס איך הער אז סהאלט שוין ביי
3500 קינדער, זעט זיך די סאסמאן מוסדות ארום דא אין קרית יואל ווי שטארק ארעם זיי זענען, אז
נאך צוויי 1/2 יאר וואס זיי זענען אפן האלטן זיי קוים ביי 800 קינדער, האט מיר א סאסמאן
מעמבער געזאגט, אז די איינציגע וועג זיי זאלן האבן הצלחה מיט זייערע מוסדות איז אויב אונז גיי
מיר זיי עפעס טון.
"טו מיר א טובה און ווארף א שטיין, אנדערש וועט אונזער עולם נישט קומען".
איך האב אים געענטפערט אז ער האט א ביג מיסטעיק, זיי האבן נישט פון וואו צו נעמען, סאיז דא סך
הכל נאך אפאר הונדערט קינדער וואס זיי קענען ארויסנעמען פון אונזערע מוסדות און בני יואל
צוזאמען, און אונז בלייבט נאך מער ווי צוויי טויזנט קינדער אין 82, וואס קומען נישט ארויס
יעצט ווייל מהאט מורא צו זיין די ערשטע.
אונזער עולם גייט נישט וועגן שטיינער אדער טריץ, אונזער עולם זוכט צו זיין אונטער א ערליכע
מנהיג, וואס האט אחריות אויף זיינע מענטשן און פירט זיך אויף די תורהדיגע וועג.
|
|